אינטערוויוס אויף קול ברסלב גרייכט ציפער פון פינף הונדערט
כב אייר תשפ"ד 📝
מען דארף נישט פארציילן פאר די ליינער איבער דעם בארימטן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" וואס גייט שוין אן געלויבט דעם אויבערשטן אן קיין רעש און פראפאגאנדע שוין אסאך יארן צום גוטן. עס איז נישט קיין נייעס ווי שטארק דער עולם איז מחי' און מען באלעקט זיך די פינגערס מיט יעדע נייע הערליכע אינטערוויו.
די הערליכע אינטערוויוס דעקן גאר א ברייטע ספעקטרום פון נושאים, אבער הצד השוה שבהן אז אלעס איז שמועסן פון אנשי שלומינו - ווי מען רופט עס אין ברסלב "שיחת חברים", אויף וואס דער רבי האט געזאגט "וואו ס'קומען זיך צוזאם צוויי פון מיינע לייט, לוינט זיך ס'זאל קומען א דריטער און שרייבן".
אויב איינער דארף זיך אמאל אויסלופטערן, אנשטאט צו הערן וואס די מידיע האט צו פארציילן, און הערן איבער געלט און השתדלות, איז כדאי צו הערן ווי ערליכע אידן רעדן און שמועסן פונעם אויבערשטן און פון אמונה, אויב איינער דארף חיזוק, איז אנשטאט צו הערן וואס דער טעראפיסט זאגט, וויאזוי ער איז מסביר וויאזוי מ'דארף אריינאטעמען און ארויסאטעמען, און געבן אנקאנדישאנעל לאוו, איז ענדערש צו הערן וואס צדיקים זאגן, ווי שטארק דער אויבערשטער האט דיר ליב, וויאזוי מען קען אריינאטעמען די ווערטער פון צדיקים, און ארויסאטעמען נאך א פסוק חומש, און נאך א קאפיטל תהלים, נאך א פרק משניות און נאך א בלאט גמרא.
דער אינטערוויוס אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א וואס ידיו רב לו איבעראל וואו מען קען מפיץ זיין, ווי מען קען ברענגען נאך איד זאל וויסן פון אויבערשטן, זאל עס זיין דורך הפצה מיד ליד, זאל עס זיין דורכן זיין דער גבאי אין בית המדרש, צי איז עס דורך לערנען מיט די קינדער אין חדר און אריינפרעגלען אין זיי די ריינע אמונה, טרעפט ער אויך צייט צו אפהאלטן די אינהאלטספולע אינטערוויוס מיט וואס טויזנעטער צוהערער זענען זיך מחי' יעדן טאג.
יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום סימבאלישן ציפער פון פינף הונדערט, זענען אנשי שלומינו מכיר טובה פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס ער לייגט אריין, צוזמען מיט די אנדערע וואס געבן זיך אוועק אנצופירן די פילע אנדערע קנעפלעך פון די פאפולערע קול ברסלב טעלעפאן ליין.
שמעו ותחי נפשכם