"דער אלבום האט מיר ממש איבערגענומען, איך קען עס נישט סטאפן צו הערן" זאגט אונז איינער, "איך בין זיך מחי' דערמיט, אויסדער די רייכע מוזיקאלישע ערענידזשמענטס, איז די תוכן עפעס שלא מעלמא הדין; אפגערעדט מיין ווייב, איז זיך מחי' דערמיט, זי זאגט אז דאס געבט איר א חיות און ענערדזשי, אבער אפילו פאר איך - א אינגערמאן - קען רילעיטן דערצו, איך דארף אויך חיזוק נישט צו קוקן וואס אנדערע זאגן, נישט צו טראכטן אז די גליק ליגט ביים גוי, און נישט צו ווערן פארקויפט פאר חברים" זאגט אונז א חשוב'ער אינגערמאן. "דער נייער סידי וועט מאכן א ראוואלוציע", טראכט איינער פון די צוהערער הויעך "עס רעדט אזא פשוטע און צוגעלאזענע שפראך, און עפנט אויף די אויגן צו זיין פרייליך און גליקליך מיט וואס מיר זענען אידן, און מיר היטן תורה ומצוות".
 
עס איז שווער אלץ שרייבער אראפ צו לייגן די געפילן נאכן הערן דעם סידי. פון וואס זאל מען שרייבן פון די ווארימער שטימע וואס דער ראש ישיבה זינגט אזוי הארציג? פון די זיסע נעימות'דיגע קלאנגען פונעם בחור הפלא שמעון פארקאש? זאל מען רעדן פון די אומצאליגע שעות וואס ר' חיים מאיר ערפס האט אריינגעלייגט ארויסצוברענגען דאס בעסטע און שענסטע פון די מוזקאלישע וועלט? זאל מען אראפלייגן די הארציגע מעלאדיעס וואס די פילע בעסטע שפילער ובראשם ר' סענדער ראטה האבן אריינגעלייגט? זאל מען רעדן פון די טיפע, קלארע און ריינע אינספירירנדע געדאנקען וואס דער סידי ברענגט ארויס? אזוי קען מען רעדן און רעדן פון יעדע פון די אלע און נאך זאכן פילע בלעטער.
 
דער סידי איז א קאמבינאציע פון די בעסטע טאלאנטן, אראנדזשירט געווארן דורך מו"ה סענדי ראטה הי"ו, פראדוצירט געווארן דורך מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו (באוויסט אלס CME), רעקארדירט געווארן ביי דימדאם סטודיאס, מיקס און מעסטערד דורך מו"ה אלי מלמד הי"ו, די גראמען זענען געשריבן געווארן דורך מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו, געזונגען געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א און דורכן בחור הפלא שמעון פארקאש הי"ו, די שפילער זענען אויסגעקליבן געווארן דורך מו"ה סענדי הי"ו די בעסטע פון אמעריקע און ארץ ישראל, די מעלאדיעס זענען גאר שיינע אלטע הארציגע און לעבעדיגע, טייל פון זיי באקנטע, און טייל זענען נאך נישט באקאנט פאר אונז.
 
די ניגונים זענען מחזק אויף טשעלענדזשעס און נסיונות וואס אידישע קינדער גייען דורך טאג טעגליך, בפרט פרויען. די ערשטע ניגון "אידישע מאמע" רעדט פון די געפילן וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן אידישע מאמעס, און איז זיי מחזק זיך נישט צו לאזן דערפון. דער צווייטער ניגון "צניעות" הערט מען וואס מיינט באמת שיין, און נישט ווערן פארכאפט פון די גויים צו טראכטן וואס מיינט שיין, דער דריטער ניגון "מיין בעסטע פרענד", רעדט פון ווער איז באמת א גוטע פרענד, ניגון נומער פיר "אפשערן די האר" רעדט ווי שטארק א פרוי וואלט זיך געפרייט אפצושערן אירע האר ווען זי ווייסט פארוואס זי טוט עס, נומער פינף "שמחה" וויאזוי מ'קען זיין פרייליך ווען איך שפיר אז אלעס גייט מיר פארקערט, דער זעקסטער ניגון "שבת", הערט מען וויאזוי א אידישע מאמע בעט זיך אויס ביי די לעכט צו טון וואס דער אייבישטער וויל, זיבן "נעגל", וואס פארא צרות ה"י שמירן די נעגל ברענגט, אכט "א גרויסע משפחה" די שיינקייט אין די שמחה וואס עס הערשט אין א גרויסע אידישע משפחה, ווי גליקלעך עס איז צו האבן נאך און נאך א בעיבי. נומער ניין "טערעפי" רעדט פון א טערעפיסט וואס מ'קען צו אים אייביג צוקומען, און קען באמת העלפן - דער אויבערשטער, דער לעצטער ניגון נומער צען "צוואת מוהרא"ש" לייגט דער ראש ישיבה שליט"א אראפ די הייליגע לעכטיגע ווערטער וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פאר אונז ווי מ'זאל אלץ געדענקען אז דער אויבערשטער איז דא, נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, רעדן צו אים, און אזוי ווערן דבוק אין אים. געדענקען אז מיר האבן נאר אים, און אויסער אים קען אונז קיינער קען גארנישט טון, און אויב מיר פארגעסן דאס קענען מיר ווערן זייער אנטוישט, און פארקערט אזוי וועלן מיר זייער מצליח זיין.




דא ברענגען מיר די ווערטער די גראמען פון די נוגינים. דרוקט דא עס צו הערן דא אויפן סייט אדער דרוקט דא צו דאונלאודן - שמעו ותחי נפשכם!



1 אידישע מאמע
 
איך זע א שווארץ בילד, די סינק איז אנגעפולט, דישעס אן א שיעור, איך האב נישט צייט פאר מיר,
די באס האב איך פארפאסט, די בעיבי שמוציג נאס, לאנדרי ביז'ן דאך, איך פיל איך ווער צוקראכט.
 
אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער,
בעט דעם באשעפער, טאטע מאך מיך גרינגער, בעט דעם באשעפער, כח צו די קינדער.
 
מאנאפאלי, סטראטיגא, אלעס אויף דער ערד, דאליס געימס לעגאס, די שטוב איבערגעקערט,
איך קען עס נישט פארטראגן, איך הייב זיי אן צו שלאג, איך קען עס נישט פארנעמען, איך הייב זיי אן פארשעמען.
 
אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער...
 
ביי יעדעם איינעם פינקעלט, אלעס גלאנצט און שיינט, ביי מיר איז אייביג טונקל, אייביג אומבא'טעמ'ט,
פארוואס ביי מיר די קינדער, פאלגן נישט קיין זאך, שלאפן גייט נישט קיינער, איך רעג מיך יעדע נאכט.
 
אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער...
 
הייליגער באשעפער, איך האב שוין נישט קיין כח, איך האב אזויפיל פרעשור, ס'דרוקט מיר אויפן מח,
העלף מיר איך זאל קענען, טון מיין ארבעט גרינג, רעדן שיין צו יעדן, געדולד צו יעדן קינד.
 
אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער...



2 צניעות
ס'איז היינט א שווערע צייט, צניעות איז פארשעמט, איידלקייט איז ווייט, מ'פילט זיך אומבאקוועם,
וואס איך זע ביים גוי, וויל איך שוין נאכטון, איך וויל נאר גיין אזוי, ווי די פעשן מעגעזין.
אדער קורץ און טייט, אדער זייער לאנג, א פלעינע שיינע קלייד, איז נישט אינטרעסאנט,
יעדער זאל מיך זען, ווען איך געב מיך א ריר, דא גייט א פרוי נישט פלעין, יעדער קוקט אויף מיר.
 
טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן.
יעדן טאג ביי יעדע ריר, א נייע פריצות ברענט אין מיר, טאטע העלף איך זאל פארשטיין, אז די תורה וועג איז שיין.
 
איך וויל גיין מיט א בעלט, איך וויל גיין נאר מיט דענים, געפעלן פאר די וועלט, געפעלן נאר פאר יענעם,
מיין מיידל א רויטע קלייד, ס'זאל זען די גאנצע שטאט, מיין יונגל'ס הויזן טייט, דאס איז די נייע קיוט.
די ווערטער אויף מיין קויט, זעט יעדער אודאי, איך בין דאך זייער פראוד, אז איך גיי מיט פראדא,
קארל לאגערפעלד, אויף מיין העמד קלאר און שיין, אין פעשן בין איך א העלד, איך גיי מיט די גוי'אישע חן.
 
טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן.
 
מעיקאפ אויעררינגלעך, וויפיל איז די שיעור, וואס איז ערליך, און וואס איז גוט אויף מיר,
וועלכע קאלער קלייד, ווי הויך איז מיין שיך, וועלכע קאלער שרייט, און וואס איז שיין אויף מיך.
ווי קען מען וויסן עכט, צו מיין קלייד איז מותר, קיינער איז נישט שלעכט, תפלה איז די עיקר,
א תפלה יעדן טאג, באשעפער וואס איז שיין? צום באשעפער זאג, איך וויל די עכטע חן.
 
טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן. 



3 מיין בעסטע פרענד
 
איך טראכט אז מיין מאמע איז אלט, איך רעד צו איר באבלאזן און קאלט,
מוסר און קריטיג צו זי געבן, ממש זי לאזט נישט לעבן.
פרענדס האב איך א דיים א דאזען, אבי די מאמע איבערצולאזן,
אפלאזן די מאמע מיט פרענדס צו לויפן אין די מאלל קליידער צו קויפן.
 
איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט,
געפינט זיך ביי דיר אין שטוב, "דיין מאמע", זי האט דיך זייער ליב.
דיין פרענד וועט מארגן נישט קוקן אויף דיר, זי קוקט וואס איז גוט פאר איר,
דיין מאמע וועט דיר אלעס געבן, דיך ליב האבן דיין גאנצן לעבן.
 
מיין מאמע קען נאר איין זאך, מיך נישט לאזן ארויסגיין ביינאכט,
מיט פרענדס אין די סטעיק האוז ארומצוהענגען, אין די גאסן פארברענגען.
מיין מאמע קען נאר זאגן "מ'טאר נישט" אויסער דעם קען זי גארנישט,
זי לאזט נישט ארויסגיין מיט שארפע קאלירן זי לאזט מיר נישט ביי נאכט שפאצירן.
 
איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט...
 
מיין מאמע געבט מיר אנצוהערן, אז איך דארף רוימען און קערן,
וואשן ווישן קאכן באקן, די וועש אוועקצופאקן.
מיין מאמע האט א גאנצע פלאן, איך זאל נישט ארויסגיין היינט,
שפריצן ווינדעקס אויף די טישן, די דישעס אוועקציווישן.
 
איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט...
 
מיין מאמע האט נישט קיין טעיסט, זי לאזט נישט קאלער'ן מיין פעיס,
מיין קלייד איז רעש'יג מיין שיך איז נישט איידל, אזוי ווי א צוויי יעריג מיידל.
מיין מאמע פארשטייט נישט צו פעשאן, א גאנצן טאג זי טוט מיך בעשן,
דיין בלאוז איז אפן דיין סקורט איז טייט, ס'איז צו קורץ דיין קלייד.
 
איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט...



4 אפשערן די האר
 
ווען פרויען זאלן וויסן, די גרויסע זכותים, ווען מ'שערט זיך אפ די האר.
קינדער צדיקים, גוטע שידוכים, נחת ביז די הונדערט און צוואנציג יאר.
פרנסה בריוח, א שטוב וואס מ'איז פרייליך, א געשמאקע זיסע שלום בית.
אן ערליכע שטוב, וואו אידישקייט בליעט, קינדער מיט בארד און פיאות.
 
איך גיי מיך שערן, ישועות פארמערן, און נישט לאזן פון קיינעם זיך שטערן, דאס איז מיין שיינקייט,
דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז אין די וועג פון צדיקים מ'גייט.
 
ס'שטייט אין זוהר, אין די הייליגע זוהר, אז אויב מ'זעט די האר איז זייער שלעכט.
א שאד צו פרובירן, וואס קען אלץ פאסירן, נאכדעם וויינט מען נעבעך טעג און נעכט.
פאלגן א צדיק, נאכגיין א צדיק, אוי ווי זיס ווען מ'קוקט צוריק.
נישטא עפעס בעסער, נישטא עפעס זיסער, ווי ערליכע וואוילע לעכטיגע קינדער.
 
איך גיי מיך שערן, ישועות פארמערן, און נישט לאזן פון קיינעם זיך שטערן, דאס איז מיין שיינקייט,
דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז אין די וועג פון צדיקים מ'גייט.



5 שמחה
 
איך שריי און איך רעג מיך אויף די קינדער, ווען זיי קומען אהיים פון חדר,
מיין מאן איז א בטלן א צופלויגענער, ביי מיין שווער איז ער דער אומגעלונגענער.
 
ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!
 
אלע שוועגערינס בין איך מקנא, ס'פלאצט מיר די אויגן פון מיין שכינה,
יעדער איינער האט א בעסערע לעבן, מיר האט מען גארנישט נארמאל געגעבן.
 
ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!
 
איך האב א שוואכע מאן כ'האב א נאריש קינד, גארנישט אין לעבן איז אינטרעסטינג,
אלעס איז ליידיג אלעס איז אומעטיג, לייף איז סטופּיד לייף איז באורינג.
 
ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!
 
איך גיי מיט קליידער ביז אראפ ביז דער ערד, ווייל איך מוז זיין פון יעדן פארקערט.
איך פיר זיך נישט איידל צווישן מענטשן, איך חלש פאר אטענשן.
 
ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!
 
איך גיי צו מאנהעטן מארגן אינדערפרי, ביי מעיסי'ס איז "ביי וואן געט וואן פרי",
נאך א שאבאטאן נאך א וואקעישן, נאך א בורטדעי סעלעברעישן.
 
ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק!
 
דיימענדס און פור קאוטס אויף די קרעדיט קארד, ווייל לייף איז טאף לייף איז האַרד,
איף יו דאנט סטיק אָפּ פאָר יורסעלף נאו וואן וויל, א רחמנות אויף מענטשן, וואס ספענדן אויף וואס מען וויל.
 
ווען מ'איז פרייליך איז מען שטארק, נאר אויף שמחה זיי נישט קארג,
כאפ א טענצל געב א שפרינג, מאך זיך פרייליך קלאטש און זינג!



6 שבת
 
די טיש געדעקט, די הויז שמעקט, אלעס ציכטיג ריין.
מען מאכט זיך גרייט, עס קומט די צייט, די מלכה קומט צו גיין.
לקראת כלה, מען גרייט זיך אלע, ס'קומט שבת אויף די וועלט.
א זיסקייט אין הויז, די וואכן ארויס, ס'איז ליכטיג אין יעדע געצעלט.
ברוך אתה, השם, אלוקינו. מלך העולם, אשר קדשנו, במצותיו וצוונו.
להדליק נר, של שבת. באשעפער, א גוט שבת.
 
טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר,
געב מיר נחת און געזונט, געדולד צו יעדן קינד.
שלום בית זאל דא זיין, נאר רעדן שיין צו מיין מאן,
גוטע ווערטער געבן פאר אים, נאר גוטס אין אים זען.
 
טאטע זע מיינע טרערן, דעם רבינ'ס אור זאל זיך מערן, רעדן צו דיר, אויף יעדע ריר.
לעבן נאר מיט תפלה, דאס איז די בעסטע סגולה.
טאטע נאר דו פארשטייסט, נאר דו מיין ווייטאג ווייסט,
מיט דיר זאל איך שמועסן, מיין הארץ אויסגיסן,
יעדע זאך וואס טוט מיר וויי, נאר צום באשעפער איך גיי.
 
טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר...
 
טאטע איך בעט דיך איבער, וואס איך האב געטון ביז אהער,
מיין מאן באליידיגט, די הויז נישט גערייניגט,
איך נעם זיך פאר צו זיין ערליך, איך גיי שוין זיין פרייליך.
טאטע איך קען נישט אליין, איך וויל דאך א ווארעמע היים,
איך גיי שוין פרובירן, אין שטוב אינוועסטירן,
האלטן מיין מאן ווי א קרוין, גענוג מיט מחלוקת שוין.
 
טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר...



7 נעגל
 
די תורה זאגט וואס ס'איז שיין, שמירן נעגל איז אומריין,
שמירן נעגל טוט ברענגען, אזויפיל צרות און פראבלעמען.
 
איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט,
אייבערשטער, איך וויל זיין גוט, זיך פירן ערליך אויף טריט און שריט.
איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין פיין, אייבערשטער, איך וויל זיין ריין,
אייבערשטער, איך וויל זיין ריין, זיך פירן ערליך, וואויל און פיין.
 
שמירן נעגל איז נישט איידל, דו ווילסט דאך זיין א וואוילע מיידל,
דאס איז קליפות, דאס איז טומאה, דאס פארטרייבט פון דיר די שכינה.
 
איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...
 
געשמירטע נעגל ברענגט דינים, מען קען דערפון גארנישט פארדינען,
א חציצה איז זייער ביטער, ס'איז נישט דא אויף דעם קיין היתר.
 
איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...
 
זאל דיך קיינער נישט פארפירן, אויף די פיס מעג מען שמירן,
דער באשעפער קען אלעס זען, דו דארפסט געפעלן נאר פאר אים.
 
איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...
 
לאמיר פאלגן די צדיקים, און נישט זיין אויבער חכמים,
די תורה לעבן איז זייער זיס, נאכגיין גוים איז זייער מיאוס.
 
איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט...



8 א גרויסע משפחה
 
שכח אייבערשטער, אז איך בין א איד, אויסגערוט און קיינמאל נישט מיד.
שכח פאר מיינע וואוילע קינדער, ממש דעם באשעפער'ס וואונדער.
 
אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע.
אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א אינגל נאך א מיידעלע.
 
דער באשעפער האט אויסגעוועלט נאר מיך אליין, אידישע נשמות מאכן ריין.
אפווישן, אפבאדן און וואשן לאנדרי, ווי גליקליך ווער עס נעמט זיך די מי.
 
אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...
 
דער גרויסער באשעפער האט מיך געטראסט, צו ווארטן פאר די קינדער אויפ'ן באס.
א גוטן טאג שעפעלע איך פריי מיך צו דיר, דו ברענגסט מיר נחת אן א שיעור.
 
אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...
 
שלאפן האט נישט מיט וויפל קינדער, שלאפן ווענדט זיך אין באשעפער,
בעט דעם באשעפער ער זאל דיר העלפן, טאטע איך וויל אביסל שלאפן.
 
אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...
 
א מחי' צו לייגן די קינדער אין בעט, איך געב זיי א גוט ווארט און א גלעט.
א מחי' צו זינגען קריאת שמע מיט זיי, זיי זאלן וואקסן הייליג און געטריי.
 
אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע...
 
א גוטע נאכט צדיק'ל אמאל איז געווען, א צדיק וואס האט אלעס געזען,
דער רבי ר' זושא מיט ר' מיילעך, טראכט פון זיי וועסטו זיין ערליך.



9 טערעפי
 
נאך א טערעפיסט, נאך א טערעפיסט אלעס איז א דמיון, אלעס איז אומזיסט.
א לעכערליכע זאך, ס'קאסט אזוי סאך, נאך אלץ האסטו מורא, בייטאג און ביינאכט.
 
רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער,
דאס איז די בעסטע טערעפי וואס איז דא, אין אלע שפראכן פיר און צוואנציג שעה רעד צום באשעפער,
רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער, רעד צו אים א פאר מינוט, און אלעס וועט דיר ווערן גוט.
 
דער טערעפיסט אליין, ער רעדט אזוי שיין, ער שרעקט זיך אויך ווען ער איז אליין אינדערהיים.
דער טערעפיסט אליין, אזוי זיס און שיין, מיט זיינע אייגענע פראבלעמען ער קען זיך נישט באגיין.
 
רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער...
 
איך לעב מיט א שולד, איך לעב מיט א גילט, מיין לעבן איז נאר מיט פרעשור אנגעפילט.
איך האב אזויפיל פּעין, איך מוז עפעס זען, רעדן צו איינעם, איך ווייס נישט צו וועם,
 
רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער...
 
באשעפער העלף איך זאל, רעדן צו דיר, איך קען מיך נישט בארואיגן, איך לייד אן א שיעור.
א שאד אויף די צייט, א שאד אויף די געלט, רעד צום באשעפער, דער קעניג פון די וועלט.
 
רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער...



10 צוואת מוהרא"ש
 
אות ח'
מיינע טייערע קינדער און תלמידים, איך בעט אייך איר זאלט זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה צו לייבן אינעם אויבערשטן, שטענדיג זאלט איר האלטן פאר די אויגן אז נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית, און אז עס איז גארנישט דא אויסערן אויבערשטן.
 
איר זאלט קיינאמל נישט קוקן אויף א צווייטן. די וועלט איז נישט אייערס, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט, און דעריבער דארפט איר זיך נישט זארגן פאר א וועלט וואס געהערט נישט פאר אייך. איר דארפט אייך קיינמאל נישט מבלבל זיין פון אנדערע מענטשן, נישט קוקן אויף קיין אנדערע מענטשן. וואס איר דארפט האבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו רעדן און צו בעטן נאר פונעם אויבערשטן אויף אידיש, אדער אויף סיי וועלכע שפראך איר זענט צוגעוואוינט צו רעדן.
 
דאס רעדן צום אויבערשטן בויעט אויף די אמונה פונעם מענטש, מיט דעם וואס א מענטש רעדט צום אויבערשטן, ער בעט דעם אויבערשטן אלעס וואס ער דארף, מיט דעם ווייזט ער אז ער ווייסט און גלייבט קלאר אז עס איז גארנישט דא אויסערן אויבערשטן, און אז נאר דער אויבערשטער פירט די גאנצע וועלט.
 
אמונה איז דער יסוד פון אידישקייט, אמונה קלעבט צו דער מענשט צום אויבערשטן. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דעם אויבערשטן, ער שטעלט זיך פאר אין זיין מח אז די גאנצע וועלט איז איין שטיק אויבערשטער און ער שטייט אינדערמיט, דאס איז די גרעסטע הנאה און געשמאק וואס מען קען האבן אויף דער וועלט, מען שפירט שוין אויף די וועלט די געוואלדיגע גוטע געשמאק און הנאה פון גן עדן. און צו דעם קען מען נאר זוכה זיין ווען מען לייגט זיך אריין אין די פשוטע אמונה, צו גלייבן אינעם אייבערשטן און צו רעדן צו אים מיט תמימות ופשיטות אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטן.
 
אות ט.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אריין נעמען אין קאפ אז איר האט נישט קיינעם אויף דער וועלט. קיין שום מענטש אויף דער וועלט קען אייך נישט העלפן, און זיכער קען קיינער אייך נישט שלעכטס טון. דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש, און איר זאלט זיך נישט חנפ'ענען צו קיין שום מענטש, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן.
 
פארקערט, דאס וועט אייך נאר שאטן צום געזנט, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן, און דערנאך זעט מען אז יענער האט גארנישט געקענט העלפן, יענער איז בכלל נישט אינטערעסירט דיר צו הלעפן, דאן ווערט מען זייער אנטושיט, מען ווערט זייער צובראכן און צוקלאפט פון דעם. א איד וואס גלייבט אבער אינעם אייבערשטן, ער פארלאזט זיך אינגאנצן נאר אויפן אייבערשטן, דאן איז ער זייער מצליח.