וואו קען מען קויפן אינפלאציע פאר א גוטע פרייז? איך הער אז די פרייזן דערפון זענען לעצטענס שטארק ארויף...
 
וויצן אין די זייט געלייגט וואס פונטליך מיינט דאס אינפלאציע? און וואס קען מען טון דערמיט?
 
כדי צו מסביר זיין אינפלאציע אין "איין ווארט" וועלן מיר פארציילן א קורצע מעשה. פאר בערך זעכציג יאר צוריק האט מוהרא"ש זי"ע זיך זייער געפלאגט פאר פרנסה, אין יענע צייט איז נישט געווען ווי היינט, אויב מען האט נישט געהאט צו צאלן רענט, האט דער לענדלארד געשיקט זיינע דזשאנדארן און פשוט און פראסט אנגעכאפט דעם טענענט און ארויסגעטראגן אים זיין ווייב און קינדער און אלע האב און גוטס פשוט אויפן גאס. דאס איז געווען מעשים בכל יום וואס מען האט געקענט טרעפן אויפן סיידוואק און פארענט פון די הויז א משפחה מיט זייערע פוירטניטשער אן קיין דאך איבערן קאפ. איין ערב שבת קודש וואס איז שוין געווען דער ערשטער טאג אין די מאנאט און מען האט "געמוזט" באצאלן די רענט פארן לענדלארד, אבער מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין פרוטה אין טאש. מוהרא"ש זי"ע האט זיך אריבערגעכאפט צום צעלימער בית המדרש אין וויליאמסבורג, קיינער איז נישט דארט געווען, מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום ארון הקודש און זיך גוט אויסגעוויינט צום באשעפער זאל אים צושיקן דאס געלט פאר די רענט, און פארשטייט זיך אז מוהרא"ש האט אויך נישט פארמאגט ביי זיך קיין דאלער פאר א שבת ארדער, נאכן זיך גוט אויסוויינען פארן באשעפער, הערט מוהרא"ש ווי די טיר עפענט זיך, מוהרא"ש האט שנעל אפגעווישט זיינע טרערן, און זיך צוגעזצט צו א ספר זיך מאכענדיג ווי ער לערענט, אבער דער איד וואס האט געעפענט דעם טיר גייט גלייך צו צו מוהרא"ש און נעמט ארויס פון בוזעם אן ענוועלאפ און זאגט אים "איך דריי מיך שוין ארום א שטיק צייט מיט מעשר געלט אין מיין טאש, און יעצט האב איך געהאט א חלום אז איך זאל געבן דאס געלט פאר די ערשטע מענטש וועם איך טרעף, דא האסטו דאס געלט", מוהרא"ש האט געעפענט דעם ענוועלאפ, און ווי וואונדערליך האט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט פינף און זיבעציג דאלער, וואס האט אים געגעבן פונקט גענוג געלט וויפיל ער האט געדארפט האבן, זיבעציג דאלער פאר די רענט, און פינף דאלער פאר די שבת ארדער.
 
דאס איז אן אמת'ע מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך מאל פארציילן ארויסצוברענגען וואס דאס מיינט תפילה, און אז מיר זאלן זען ווי דער אויבערשטער העלפט ווען מען בעט אים.
 
די געלט חלק פון די מעשה איז אין איין ווארט אינפלאציע. פאר זעכציג יאר צוריק האט מען געקענט דינגען א (פיצעלע בעיסמענט) דירה אין ברוקלין פאר זיבעציג דאלער, און מען האט געקענט קויפן א מינימאלע שבת ארדער פאר פינף דאלער. אינפלאציע מיינט דאס וואס די געלט ווערט ווייניגער ווערט.
 
אינפלאציע איז אויך א בריאה וואס דער אויבערשטער געמאכט און עס איז אפילו "געזונט" פאר אן עקאנאמיע צו האבן אינפלאציע. - פארשטייט זיך מיט א מאס. עס איז אויך דא דאס פארקערטע פון אינפלאציע, ווען די פרייזן פון זאכן נעמען זיך פאלן, וואס אויבנאויף זעט עס אויס ווי א געוואונטשענע זאך, מען קען קויפן זאכן פאר ביליגער. אבער ניין, אויב פרייזן נעמען זיך פאלן קען עס פירן צו ממש א צוזאם בראך פון אן עקאנאמיע. ווייל עס קען פירן אז מענטשן זאל אויפהערן איינצוקויפן, ווייל מען וויל ווארטן ביז די פרייזן זאל נאך מער פאלן, און דאס האט שוין אונטערגעברענגט עקאנאמיעס פון לענדער.
 
מען קען הערן מענטשן רעדן ווי שרעקליך די אינפלאציע איז, און ווי מען קען זיך נישט גלייבן ווי פרייזן הייבן זיך, "היינט קאסט א ברויט שוין מער פון פיר דאלער!", ווען קוים עטליכע יאר צוריק האט זיך עס געדרייט ביי צוויי דאלער, אבער די זעלבע שמועס איז פארגעקומען צווישן צוויי מענטשן פאר צוואנציג יאר צוריק ווען זיי האבן זיך געבייזערט אז בעקערייען האבן די חוצפה צו בעטן צוויי דאלער פאר א ברויט ווען מיט קוים עטליכע יאר צוריק האט מען געבעטן דעפאר בלויז איין דאלער.
 
א געזונטע אינפלאציע ראטע איז בערך דריי פראצענט, דאס הייסט אז די פרייזן האבן זיך אין דורכשניט מיט דריי פראצענט, דאס איז א ראטע וואס איז נישט צו דראמאטיש און דרייט נישט איבער די סדרי בראשית אבער איז גוט פאר די עקאנאמיע און העלפט צו עס זאלן וואקסן גוט. אויב די אינפלאציע וואקסט צו שנעל וועלן זיך געווענליך די רעגירונגען פרובירן אריינצומישן כדי עס אפצושטעלן, ווייל צופיל אינפלאציע קען אויך שווער אויסקלאפן אויף די עקאנאמיע, איינע פון די עיקר וועגן וואס די רעגירונגען וועלן געווענליך טון איז העכערן די אינטערעסט ראטעס, דאס מיינט אז די רעגירונג האט א געוויסע קאנטראל אויף וויפיל די בענק דארפן צאלן כדי צו בארגן געלט, און אויב מען העכערט זייערע ראטעס מוזן זיי אויך העכערן די ראטעס פאר די וואס ווילן בארגן געלט פון זיי, און ווען עס ווערט שווערער צו שאפן געלט שטאטערט עס אפ די עקאנאמיע וואס איז גורם די אינפלאציע זאל זיך פארשטאטערן.
 
דאס איז די סיבה פארוואס פילע האבן יעצט גרויסע שוועריקייטן צו קענען שליסן (קלאוזן) ביים קויפן א דירה, ווייל דאס געלט וואס די רעגירונג האט געווארפן אין די קאוויד תקופה האט גורם געווען א שטארקע העכערונג אין די אינפלאציע (בערך אכט פראצענט א יאר) וואס די רעגירונג וויל יעצט באקעמפן מיט די הויכע אינטערעסט ראטעס. 
 
די הויכע אינטערעסט ראטעס פארשווערן טאקע פון איין זייט צו קענען נעמען און באצאלן א מארטגעזש, אבער פון די אנדערע זייט איז עס גורם אז פרייזן פון הייזער קענען אנהייבן צו פאלן, אדער לכל הפחות עס זאל זיך נישט הייבן.
 
דער אויבערשטער האט געהאלפן אז די אינפלאציע איז שוין צוריק געגאנגען אין די לעצטע יאר צו נארמאלע ציפערן, בערך דריי פראצענט, און מיר זענען מתפלל אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז די אינטערעסט ראטעס זאלן אויך צוריק קומען צו עפארדעבל ראטעס, און אלע אידן וואס ווארטן צו קענען קויפן א הויז זאלן אנקומען דערצו מיט הרחבת הדעת.
 
דער רבי האט געזאגט אין שיחות הר״ן סימן לו "עוֹד יִהְיֶה זְמַן שֶׁמִּי שֶׁיִּהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר פָּשׁוּט, יִהְיֶה חִדּוּשׁ גָּדוֹל כְּמוֹ הַבַּעַל־שֵׁם־טוֹב ז"ל." אז עס וועט קומען א טאג (היינטיגע צייטן) וואס א פשוטע ערליכער איד וועט זיין אזא חידוש ווי דער בעל שם טוב, און היינטיגע צייטן איז די חשיבות פון יעדע מצוה, א איד מיט בארד און פיאות, א איד וואס האלט שבת, לייגט תפילין, איז ממש אזא חידוש ווי דער בעל שם טוב.
 
און לגבי קויפן א הויז, איז דא א וועג צו קויפן א הויז, די בעסטע קוואליטעט, אין די בעסטע לאקעישאן, אן צאלן די הויכע אינטערעסט ראטעס. מוהרא"ש האט געזאגט אז דורכדעם וואס א איד לערנט יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא, קויפט ער זיך דערמיט א בית נצחי א הויז אויף יענע וועלט. אבער אויך האט ער געזאגט איז עס מסוגל מען זאל קענען קויפן א גשמיות'דיגע הויז דא אויף דער וועלט.