דער איראנער רעגירונג האט געמאלדן אז דער הויפט פאליטישע פירער פון כאמאס איסמאל האניא איז נעכטן נאכט אומגעקומען אין זיין געהיימע דירה אין טעהראן וואו ער איז איז איינגעשטאנען די נאכט, וויילענדיגן אין איראן זיך צו באטייליגן צום איינשווערונגס צערעמאניע פונעם נייעם איראנער פרעזידענט וואס איז נעכטן פארגעקומען.
 
די איראנער רערגירונג האט נישט ארויסגעגעבן צופיל דעטאלן וואס עס איז דארט פארגעקומען, אויסער דאס אז ער מיט זיין לייב וועכטער זענען אומגעקומען אין אן אויפרייס, און זיי פארשן עס יעצט אויס, און וועלן באשטראפן די שולדיגע.
 
לאמיר א בליק טאן אויף דעם איסמאל האניא, און אביסל באטראכטן זיין בלוט געווייקטן רעזומעי. דער הרוג איז געבוירן געווארן אין עזה מיט בערך 60 יאר צוריק, און איז אויפגעוואקסן מיט גאר ראדיקאלע איסלאמישע שיטות. ווען ער איז אויפגעוואקסן האט זיך אנגעשלאסן אין די כאמאס טעראר ארגאניזאציע, און האט שטארק מצליח געווען מיט זיין מארד קאריערע דארט. מיט בערך צוואנציג יאר צוריק ווען עס איז די ערשטע (און די לעצטע) מאל פארגעקומען וואלן אין עזה, איז ער ערוועלט געווארן אלץ פרעימיער מיניסטער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט, אבער ווען אבו מאזען האט אים פרובירט ארויסצושטויסן פון זיין אמט א יאר שפעטער, האט ער זיך אפגעבראכן פון די פאלעסטינער אויטאריטעט און געמאכט שבת פאר זיך אין עזה, און זינט דאן האט ער זיך דערקלערט אלץ פירער פון עזה.
 
האניא איז געווען א ברוטאלע מערדער, ער שטארבט מיט בלוטיגע הענט, ער איז געווען פאראנטווארטליך אויף דאס טויט פון טויזענטער מענטשן סיי פון זיין אייגענע פאלק און אזוי אויך פון להבדיל אידישע קינדער, יעצט ווען ער קומט אן אין גיהנום צו באקומען זיין פארדינטע שטראף דארפן מיר זיכער מאכן אז מיר געדענקען פארוואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט. דער רבי לייגט אראפ אין סיפורי מעשיות די פארשידענע שיטות וואס איז דער תכלית אויף דער וועלט, עס זענען דא מענטשן וואס רציחה איז די תכלית, עס זענען דא פעלקער ביי וועם וואס א גרעסערע רוצח, וואס א גרעסערע מערדער איז ער חשוב'ער. ביים אויבערשטן איז אבער נישט אזוי, מיר דארפן פארשפרייטן לעבן אויף דער וועלט. עס ליגט אויף אונז א פליכט אויסצונוצן אונזערע יארן מיט מאכן דאס וועלט א בעסערע פלאץ, מיר דארפן מפיץ זיין דעם רבי'נס אור אויף דער וועלט, מגלה זיין און מפרסם זיין דעם אויבערשטענ'ס נאמען, וואס מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.