איקאנישער וועלט-בארימטע "שיינער'ס שול" אין מאנסי ציט זיך אריין אין א בנין
ב כסלו תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
דער באקאנטער בית המדרש "אור החיים" אויף פארשעי ראוד אין מאנסי, וואס איז ביי יעדן באקאנט אלס "שיינער'ס שול", גרייט זיך איבערצולאזן די בארימטע "טענטס" און זיך אריבערציען בשעה טובה ומצלחת צום נייעם בנין. דער טאג איז שוין באשטימט געווארן: קומענדיגן זונטאג פרשת ויגש הבעל"ט, א טאג נאך זאת חנוכה, וועט מען זיך בעז"ה אריבערציען צום נייעם לאקאל.
דער בית המדרש אור החיים אין מאנסי, "שיינער'ס", איז געגרינדעט געווארן מיט איבער צען יאר צוריק אלס א קליינער ווינקל פאר תורה ותפילה. דאס הויז אויף 18 פארשעי ראוד האט געהערט צום באקאנטן עסקן ובעל צדקה ר' אליעזר שיינער הי"ו, וועלכער האט ערלויבט דאס צו ניצן פאר א מנין אום שבת פאר די שכנים אין די געגנט. ווען זיין פלומעניק הרב נחום שיינער שליט"א האט געוואלט דארט עפענען א נאכט כולל, האט עס ר' אליעזר אים גערן איבערגעגעבן פאר דעם צוועק. דאס האט זיך שפעטער אנטוויקלט צו א טעגליכע וואכנדיגע מעריב מנין דורך די כולל אינגעלייט, וועלכע פלעגן דאווענען נאכ'ן ענדיגן לערנען. מיט דער צייט איז צוגעקומען א כולל בוקר און דערמיט אויך א שחרית מנין. הרב נחום שיינער דערציילט, אז אין די ערשטע יארן האט מען אפילו געדארפט דינגען מענטשן פאר געלט כדי משלים צו זיין צו מנין.
מיט די יארן איז דער עולם בלי עין הרע געוואקסן, און כדי צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור האט ר' אליעזר צוגעקויפט די דערנעבנדיגע פראפערטיס און דארט אויפגעשטעלט פיר ריזיגע געצעלטן, וואס ער האט א נאמען געגעבן "אהל א', ב', ג' און ד'", וואו עס קומען פאר מנינים כסדר. דאס איז בשעת די צוויי בנינים, 18 און 20 פארשעי, דינען אלס היכלי התורה צום לערנען און פאר א מקוה. ער האט גוט אויסגעשטאט די געצעלטן מיט הייצונג, לעקטער און עירקאנדישאן, און מיט די צייט זענען די געצעלטן געווארן דער סימבאל פון "שיינער'ס שול".
די מנינים אין די שטיבלעך גייען אן כמעט ארום דעם זייגער. שחרית הייבט זיך אן ותיקין, און פון דאן לויפט א פרישער מנין יעדע פופצן מינוט. עס ווערט געשאצט אז עס שטעלן זיך דארט ארום 125 מנינים א טאג, עס ווערן געזאגט 15 שיעורי תורה טעגליך, און בערך פינף טויזנט אידן דרייען זיך דורך דעם קאמפלעקס יעדן איינציגן טאג. די טירן זענען אפן פאר יעדן איד פון אלע קרייזן; עס זענען דא סידורים פאר יעדן נוסח, פלוס הייסע זופ, קאווע און קיכעלעך פאר יעדן וואס איז הונגעריג.
דער בעל הבית פון דעם פלאץ איז דער באקאנטער נדיב ר' אליעזר שיינער, א גרויסער בעל צדקה מיט א גאלדן הארץ וואס זוכט אלס ארויסצוהעלפן א צווייטן איד. ער איז אויך דער וואס שטייט אונטער די וועלט-בארימטע "אזמין" טענטס אין אומאן, וואס ווערט פארעכנט אלס דער גרעסטער הכנסת אורחים צענטער אין אומאן – און אפשר גאר אויף דער גאנצער וועלט. ער האט די געוואלדיגע זכיה אז א דאנק אים קענען צענדליגער טויזנטער אידן פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה אן דעם וואס זיי זאלן דארפן מיטשלעפן פעק און זעק מיט זיך, וויסנדיג אז ביי שיינער'ן וועט מען טרעפן צו עסן און צו טרינקען מיט א ברייטקייט ביזן זעט.
מ'קען זאגן אז ער האט ממש איבערגעדרייט דעם גאנצן מצב אין אומאן אין דעם הינזיכט. אמאל, פאר זיינע צייטן, האט מען געדארפט מיטברענגען ממש יעדע זאך מיט זיך קיין אומאן; מען האט געשלעפט טעפ, פיש, פלייש, פעיפער-גודס און וואס נישט. ר' אליעזר טראגט אויף זיינע פלייצעס די אומגעהויערע זכותים פון העלפן צענדליגער טויזנטער אידן צו קענען קומען צום רבי'ן מיט א ריכטיגע הרחבת הדעת.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ר' אליעזר זאל ווייטער האבן די זכיה משפיע צו זיין פאר אידישע קינדער סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, סיי מיט'ן צושטעלן א פלאץ וואו צו לערנען און דאווענען אין מאנסי, און סיי מיט די הערליכע סעודות יום טוב ביים הייליגן רבי'ן מיט אזא געוואלדיגע הרחבה.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.