איראן אטאקירט מדינת ישראל
ו ניסן תשפ"ד 📝
פארגאנגענעם שבת קודש האט איראן געשאסן אויף מדינת ישראל טעריטאריע איבער הונדער פופציג שאהיד דראונס, איבער הונדטערט באליסטישע מיסלס, און צענדליגע קרוז מיסלס, אויך די פארשידענע איראנער פּראקסיס (איראנע פארבינדעטע גרופעס, וואס זענען אפציעל נישט א חלק פון איראן) ווי די כוטיס פון תימן, און כיזבאלא פון לבנון האבן צוגעהאלפן מיט שיסן פון זייערע טעריטאריע פארשידענע מיסלס און באמבעס.
געלויבט דעם אויבערשטן אז עס זענען נישט געווען קיין געשעדיגטע, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין הארץ פון די מערב וועלט אז זיי זאלן קומען צו הילף, און די אלע הונדערטע מיסלס און דראונס זענען אראפ געשאסן געווארן דורך די פארשידענע פארטיידיגונג סיסטעמען.
עס קען נישט געשריבן וועגן אן דערמאנען אז מיר פארלאזן זיך נישט אויף די מזרח וועלט, און נישט אויף די מערב וועלט, נישט אויף פראנקרייך, נישט אויף אמעריקע, נישט אויף ביידען, און אויך נישט אויף טראמפ, און זיכער נישט אויף די ציוניסטישע ממשלה. מען דארף ווייטער מתפלל זיין דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אונז אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט, און בפרט אויף תושבי ארץ הקודש, וואס שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, א גוי האט פיינט א איד, ער קען נישט צוקוקן ווי אידישע קינדער לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, און זוכט אים אויסצורייסן ברוחניות ובגשמיות, אין די גאנצע וועלט שטייען ערליכע אידן אויס גזירות פון די דעמאקראטישע רעגירונגען וואס "זארגן זיך זייער" אויף אונזער וואוילזיין, און ווילן צווינגען אידישע מוסדות מען זאל לערנען מיט זיי אלע שמוץ און ליבעראלע איידיעס, מינות און אפיקרוסות, רחמנא ליצלן. אבער מיר וועלן ווייטער טון דאס וואס האט אונז געהאלפן איבערלעבן אלע גזירות און השמדות, מיר וועלן זיך ווענדן צום באשעפער שעמדה לאבותינו ולנו, און הקדוש ברוך הוא מצלינו מידים.
דאס קומט אלץ נקמה אויף דעם וואס מדינת ישראל האט צוויי וואכן צוריק באמבאדירט דעם איראנער אמבאסאדע אין סיריע, אומברענגענדיג זעכצן איראנער, צווישן זיי הויכראנגיגע גענעראלן. דאס קומט צוליב וואס איראן טוט כסדר שיקן זייערע שליחים וואס טעראריזירן מדינת ישראל צילן, צי זאל עס זיין אין סיריע, לבנון, עזה, תימן און אזוי ווייטער. דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע - וואס איראן קוקט אן אלץ שותף מיט מדינת ישראל - האט אומגעברענגעט איינע פון די העכסטע גענעראלן פון איראן קאסאם סולימאני ארויספארנדיג פונעם באגדאד לופטפעלד אין איראק. דאס איז געווען נאכדעם וואס טראמפ האט באשולדיגט סולימאני אז ער איז געשטאנען אונטער פילע אטאקעס קעגן אמעריקאנער אינטערעסן איבער די וועלט. דאס איז געווען צוליב... זאל איך גיין ווייטער? אדער איך קען שוין אויספירן חד גדיא, חד גדיא? דער אמת איז אז אויך דער דאזיגער חד גדיא וועט זיך ענדיגן די זעלבע ווי דער פיוט חד גדיא וואס מיר וועלן זינגען פסח אויפדערנאכט נאכן סדר. אז צום סוף וועט זיין אז ואתה מלאך המוות ושחט לכומעני, וואס האט געשאסן אויף ביבי, וואס האט מלחמה געהאלטן מיט כאמאס, וואס האט טעראריזירט די מדינה, וואס האט זיך גערייצט מיט איראן, וואס האט טערארירזירט אמעריקע וועלכע האט אומגעברענגט סולימאני, חד גדיא חד גדיא. און צום סוף וועט דער אויבערשטער העלפן אז די צדיקים וועלן מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט, און משיח וועט קומען און די וועלט וועט איינזען אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן און דאן וועט געשען אז "ואתא הקדוש ברוך הוא ושחט למלאך המוות".
חד גדיא חד גדיא