פון: גרשון קרעמער
 
עס איז שוין אריבער מער ווי אכט חדשים וואס די גאנצע וועלט קוקט מיט שפאנונג אויף די מלחמה וואס אמעריקע און די ציוניסטישע מדינה פירן קעגן איראן, וואס האט זיך שוין אנגעהויבן נאך אין חודש אדר. דורכאויס די צייט זענען געפלויגן ראקעטן און סירענעס האבן אן אויפהער געפיפן; מען שמועסט יא איבער א פייער-אפשטעל אדער מען פארהאנדלט נישט מיט איראן, אבער די גאנצע מלחמה הענגט נאך אלץ אין די לופטן. עס איז געבליבן גאר אנגעצויגן: עס איז נישט קיין פולשטענדיגע מלחמה, אבער עס איז גאר ווייט פון שלום.
 
היינט מאנטאג פרשת תולדות, האט דער איראנער פרעזידענט פעזעשקיאן איבערגעגעבן אז זייער העכסטער גייסטיגער פירער כאמענעי האט געגעבן זיין הסכמה אז די רעגירונג זאל מעגן פארהאנדלען כדי צו ענדיגן די אנגעצויגנקייט. "מיר קענען פארהאנדלען מיט כבוד און ענדיגן די גאנצע זאך מיט כבוד," האט ער געזאגט, און צוגעלייגט: "מיר וועלן זיך בשום אופן נישט אונטערגעבן פאר מאכט און פאר בוליס."
 
זיינע ווערטער זענען אבער גאר אומקלאר: זוכט ער באמת שלום, אדער וויל ער גאר מלחמה? עס זעט אויס ווי ער ווייסט נישט פונקטליך וואו ער שטייט אויף דער וועלט; ער רופט פאר שלום און סטראשעט אין איין אטעם.
 
מצד אמעריקע און טראמפ גייט נאך אלץ אן א פולשטענדיגע באלאגערונג קעגן איראן, ווען אמעריקע בלאקירט ווייטער אלע איראנער פארטן גאר שטרענג. פון די אנדערע זייט טענה'ט איראן נאך אלץ אז זיי האבן די קאנטראל איבער'ן "הארמוז דורכגאנג", דארט וואו א ריזיגע חלק פון די וועלט'ס אויל טראנספארט גייט דורך. פארגאנגענע וואך האט אמעריקע דורכגעפירט עטליכע קליינערע אטאקעס אויף אן איראנער אינזל, אויף וואס די איראנער האבן רעאגירט מיט פרישע סטראשונגען. זונטאג האט דער איראנער אויסערן מיניסטער געלאזט וויסן אז אמעריקע מוז אויסקלויבן איין וועג: אדער אקצעפטירן זייער פארשלאג, אדער גיין צו מלחמה. אין וואשינגטאן האט מען דערויף רעאגירט זאגנדיג אז דאס איז "נישט רעאליסטיש".
 
שפעטער אין טאג האט טראמפ אפגעהאלטן א זיצונג אינעם ווייסן הויז מיט'ן פרעמיער מיניסטער פון קאטאר, וועלכער דינט אלס א שטארקער פארמיטלער צווישן ביידע צדדים. נאך די זיצונג האט טראמפ געמאלדן אז איראן איז "מיליטעריש כמעט פארטיג", און דערווייל האלט מען ביים "סטאטוס קווא". ער האט צוגעלייגט אז אויפ'ן מאמענט "זעט נישט אויס" ווי ס'פעלט אויס ווייטערדיגע באמבארדירונגען, אבער "מיר זענען גרייט אויב עפעס טוישט זיך". לויט באריכטן האט אמעריקע שוין צוגעגרייט פלענער פאר אטאקעס אויב דער קאנפליקט זאל זיך חלילה פריש צופלאקערן.
 
די וואך אין די סדרה לערנען מיר יצחק אבינו האט געזאגט: "הקול קול יעקב, והידים ידי עשו". באמבעס, ביקסן און אלע סארט כלי זיין געהערן פאר עשו; אונזער גאנצע זאך איז אונזער שטימע, און אונזער איינציגסטע געווער איז דאס מויל. מיר ברענגען שלום אויף די וועלט דורך תפילה, מיר גיסן אויס דאס הארץ פארן אויבערשטן מיט אונזערע בקשות, מיר רעדן צו אים אויף אידיש און מיר זאגן א קאפיטל תהלים.
 
ווען א מענטש שפירט א פחד אדער מען הערט רעדן פון מלחמות, לייגן מיר דאס גלייך אריין אין אונזערע תפילות: "באשעפער העלף עס זאל זיין גוט פאר אלע אידן", "באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן". מיר דארפן שטענדיג געדענקען וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן תנינא, סימן מ"ח): "כל העולם כולו גשר צר מאד, והעיקר לא לפחד כלל". דאס גאנצע לעבן גייט א מענטש אויף א גאר שמאלע בריק, אבער דאס וויכטיגסטע איז אז מען זאל נישט מורא האבן.
 
מוהרא"ש ז"ל פלעגט שטענדיג פרעגן: וואס מיינט דאס? וואס איז די עצה א מענטש זאל טאקע נישט מורא האבן ווען ער גייט אויף אזא שמאלע בריק? נאר די עצה איז, מען זאל מאכן א צוים פון ביידע זייטן און זיך גוט אנהאלטן דערין. וואס איז די דאזיגע צוים? פלעגט מוהרא"ש זאגן: דאס איז תורה און תפילה. אז א מענטש נעמט ארום זיין לעבן מיט תורה און תפילה, דארף ער פאר גארנישט מורא האבן.
 
ה' עוז לעמו יתן, ה' יברך את עמו בשלום!
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.