איראן סטראשעט פריש אפצואווישן מדינת ישראל
כד חשון תשפ"ד 📝
אין די לעצטע וואכן זינט די מלחמה האט אויסגעבראכן אין עזה, האט מען ווידער געהערט קולות פון איראן איבער אפווישן מדינת ישראל פון די מאפע. (מיר מוזן דא באטאנען אז כאטש מדינת ישראל האט גארנישט מיט ארץ ישראל, ארץ ישראל איז א הייליג לאנד וואס מיר האפן און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו, בשעת וואס דער טערמין מדינת ישראל ווערט גענוצט צו באצייכענען די גרענצין פון די לאנד וואס די ציוניסטישע באוועגונג האט געגרינדעט אין די געגנט בערך ווי ארץ ישראל געפונט זיך. אבער פארט געפונען זיך אין די גרעניצן פון די מדינה מיליאנען אידן, וואס מיר זענען מתפלל אז זיי זאלן אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן בגשמיות, און די אידן וואס ווייסן נישט פונעם אויבערשטן זאלן טרעפן זייערע ווארצלען און זיך צוריק קערן צו אונזער טאטע וואס ווארט פאר זיינע קינדער.)
מען האט געהערט די רופן סיי פונעם רעליגיעזן פירער כומעיני, און סיי פונעם פרעזידענט איבראהים ראיסי, ימח שמם וועלכע האבן אויסגעדוקט זייער פולסטע שטיצע צו כאמאס און זייערע מעשים אכזרים, און סטראשען צו פארשארפן דעם קריג מיט זייערע פילע טעראר גרופעס וועלכע זיי שטיצן אין עטליכע לענדער אין די מיטל מזרח, אריינגערעכענט די מערב ברעג, לבנון, סיריע, תימן, און אפילו אין ירדן.
עס איז אונזער אויפגאבע דא אויפן וועבסייט צו שרייבן נייעס. יעדן טאג פאסירט עפעס א פרישע פאסירונג אויף דער וועלט און עס באשרייבן אויפן בעסטן וועג נאר שייך. אבער ליינענדיג די נייעס איבער די סטראשערייען פון איראן האט זיך אונז דערמאנט פון צען צוואנציג דריייג און פערציג יאר צוריק ווען דאן זענען געווען שרייעדיגע קעפלעך אין די צייטונגען "איראן סטראשעט אפצואווישן די מדינה פון די מאפע", וחוזר חלילה די נייעס חזר'ט זיך איבער יעדע עטליכע חדשים אדער יאר מיט בערך די זעלבע ווערטער, מיט איין חילוק די נעמען פונעם סופרים פירער און די נעמען פון זייערע פרעזידענטן, צי מען רעדט פון פרעזידענט אכמאדינישזשאד, צי דער אנדערער, אלע האבן מיט א פרישקייט געסטראשעט, אבער יעדעס מאל 'יעצט' מיינען זיי עס שוין אמת'דיג.
דאס דערמאנט אונז פונעם באקאנטן ווארימען ניגון איבער דער הייליגער רבי רבי זושא זי"ע: "דער סבא קדישא, דער רבי רבי זושא, האט יעדע נאכט, זיך זייער פארטראכט; ביים ספר זכרונות, מיט טיפע חשבונות, זיך איבערגעקלערט, זיינע אויגן פארטרערט, - איך וועל זיין ערליך, אלעס שוין פאררעכטן, בעט איך באשעפער, השיבנו; איי איך האב שוין געזאגט פאר דיר די זעלבע ווערטער נעכטן, יעצט מיין איך עס אמת’דיג, הער מיך צו", מאויבי תכחמינו פלעגן צדיקים זאגן, לאמיר זען וואס דער סמ"ך מ"ם טוט ווען ער פרובירט מיר צו באזיגן, לאמיר נוצן זיינע טאקטיקן קעגן אים, ער קומט יעדן טאג צו מיר פריש, און פרובירט מיר אראפצואווארפן, צעברעכן, איך טו די זעלבע זאך אבער פארקערט, איך זאג צו פארן אויבערשטן "איך וועל זיין ערליך, אלעס שוין פאררעכטן", און ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיר שוואך צו מאכן "איך האב שוין געזאגט די זעלבע ווערטער נעכטן", ווער איך נישט דערשראקן, "יעצט מיין איך עס אמת'דיג, איך זאג דיר צו".
אין כל חדש תחת השמש