אין די יעצטיגע מינוטן איז אריינגעקומען א באריכט פון ארץ ישראל איבער הונדערט אכציג ביאליסטישע מיסלס וואס זענען געקומען צו פליען, וואס האט אלעמען אריינגעטריבן אין די שעלטערס זיך צו באשיצן פון די באמבעס, עס זענען דורך עטליכע מינוטן פון שרעק ווען די ליפן שאקלען זיך מיט א תפלה צום אויבערשטן אז דער ער זאל שיקן זיין שמירה אויף אידישע קינדער, און קיין שום איד זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן.
 
דער אויבערשטער האט טאקע געהאלפן אידישע תפלות האבן געשפאלטן הימלען און טראץ וואס מען האט געהערט איבער גאנץ ארץ ישראל שטארקע קולות פון באמבעס וואס פאלן אראפ אדער וואס ווערט צושמעטערט אין די לופט, האט מען נישט געהערט פון קיין קרבנות פון דעם אטאקע, און מען דאנקט דעם אויבערשטן אז הקדוש ברוך הוא מצלינו מידם.
 
מען קען הערן געוויסע מענטשן זענען פארפאניקט און זענען דערציטערט, און קענען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן האלטן זיך רואיג, זיי זאגן "עטס זעטס נישט די וועלט ברענט?!", אדער "עטס זעטס אויס ווי די אידן פון אונגארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה", וואס האבן געמיטליך פארברענגט און אנגעגאנגען מיטן לעבן, זיי האבן געגעסן און געטרונקען, בשעת אין די דערנעבנדע פוילן האבן די נאציס רח"ל פארברענט אידישע קינדער על קידוש השם אין די קאלך אויוונס.
 
עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט מענטשן, אבער פאר זיך אליינס דארף מען ענטפערן, מיר האבן אמאל געהאט די זכי' צו הערן פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, "מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז 'זארגן' העלפט נישט, ווייל מה-דאך יעצט ווען זארגן העלפט נישט זארגט מען זיך אזויפיל, ווען זארגן וואלט געהאלפן וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען...", אפשר קענען די פאניקער אונז זאגן וואס זיי ווילן פון אונז, מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס וואס דארף פאסירן, וועט פאסירן, דער אויבערשטער פירט די וועלט, אלעס אנדערש איז נאר א פארשטעלאכסט, דער אויבערשטער באהאלט זיך אין די וועלט מיט אלע פאסירונגען.
 
וואס בלייבט איבער פאר אונז צו טון? לערנען און דאווענען. יעצט קען מען זאגן א ווארט צום אויבערשטן? "איראן סטראשעט...", נאכאמאל, יעצט קען איך עפענען א משניות? "די עקאנאמיע איז ממש...", וואס ווילסוט פון מיר? האסט תפילין? האסט פיאות? "וואס זארגסטו פרעמדע זארגן?".
 
יעצט ערב ראש השנה גייען מיר אריינכאפן א תפלה ביים הייליגן רבי'נס ציון, מיר זענען נישט געקומען קיין אומאן צו טרעפן מציאות אויף פושקינא, אדער אויף אפצוציילן וויפיל זיצן דער אדער יענער קלויז האט. מיר זענען דא ביים רבי'ן, א גאנץ יאר ווארטן מיר דערויף, און יעצט לאמיר עס אויסנוצן. טאנץ אריין אין מקוה, געב א פרוטה לצדקה, כאפ דעם שאטל צום ציון, קוק נישט אויף קיינעם, יענער מעג האקן, ער מעג זינגען, און דער מעג טאנצן, איך עפן אויף דעם תיקון הכללי, קוק אפילו נישט צי דו האסט געפילן, א קאלטע תיקון הכללי איז אויך א תיקון אויף אלעמען. דערנאך זאג עטליכע ווערטער, דאנק דעם אויבערשטן אויף די מתנות וואס דו האסט באקומען. אויב דו האסט נאך כח, בעט דעם אויבערשטן פאר די ישועות וואס דו דארפסט, און אויב דו האסט נאך אלץ כח שמועס דיך אויס, פארצייל וואס דו ביסט דורך, דו ביסט יעצט ביים גרעסטן טעראפיסט, האב נישט קיין מורא, עפן דיך אויף דיין הארץ זאג אים ארויס אלע דיינע בלבולים, אלע חלישות הדעת, אז עס קומט ארויס טרערן איז אויך גוט, קוועטש נישט ארויס גיין געפילן.
 
דער אויבערשטער זאל העלפן תכלה שנה וקללתיה, תחל שנה וברכותיה.