דער געהויבענער שבת קודש מעין עולם הבא שבת התוועדות שבת סיום סדר מועד על סדר הש"ס שבת קודש פרשת ויקרא ווערט שוין נענטער אין נענטער.
מען גרייט זיך מיט שפאנונג צום געהויבענעם שבת וואס וועט בעזהשי"ת אפגעהאלטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם פּראכטפולן "קראון פּלאזא" האטעל, אינעם שטעטל "סעמפאָרד" קאָנעטיקוט, במשך די טעג פון ערב שבת, שבת קודש, און מוצש"ק פרשת ויקרא הבע"ט.
די עסקנים גרייטן זיך שוין גאר העפטיג, און אלע דעטאלן ווערן אויסגעארבעט און מען גרייט צו מיטן אייבערשטנ'ס הילף א הערליכע שבת וואס זאל איבערשטייגן בס"ד פי כמה דעם פריערדיגן שבת התוועדות, שבת סיום הש"ס מיט צוויי יאר צוריק, ווי די באטייליגטע האבן געהאט א הנאה גשמיות ורוחניות וואס איז געבליבן איינגעקריצט ביי זיי און ביי די משפחה.
יעצט ווען מען איז שוין בלויז 8 וואכן אוועק, ווערט געמאלדן א וויכטיגע אפדעיט, אז די אלע וואס ווילן אריינכאפן די אוירלי בירד ספעשל דארפן זיך שטארק צואייל, ווייל דער ספעשל פון $985 א קאפל ענדיגט זיך שוין, און פון קומענדיגע זונטאג הבעל"ט א וואך, גייט ארויף די פרייז מיט הונדערט דאלער.
צו באשטעלן צימערן ביים געהויבענעם שבת קען מען רופן 347-415-2888
איבערצוגעבן דאס געלט קען מען ביי:
קרית יואל/מאנסי: מו"ה אלי קנאל הי"ו
וויליאמסבורג/בארא פארק: מו"ה ליפא שווארץ הי"ו
קרית ברסלב: מו"ה ארי פיש הי"ו