די גריסן וואס מען הערט צוריק אויפן נייעם אלבום "א מופת בין איך" איז נישט פשוט. מען קען רעדן פון יעדע אספעקט באזונדער א גאנצע ארטיקל. די ווערטער פון די ניגונים זענען שלא מעלמא הדין, מען הערט דעם ראש ישיבה זינגען פון טיפן הארץ "באשעפער קוק מיין הארץ, מיין צובראכענע הארץ מיין צוריסענע הארץ, באשעפער איך וויל זיין גוט" און עס נעמט איבער די געפילן, און עס וועקט אויף מען זאל צוריק קומען צום אויבערשטן. די רייכע מוזיק איז אפגערעדט, די גרעסטע מבינים קענען זיך נישט איבערקומען פון די מוזיקאלישע קונסט וואס די פראדוצירערע האבן אראפ געלייגט, די גיטארס, די קיבארדס, די דראמס און אזוי ווייטער זענען אויסערגעווענליך געשמאק צו הערן. די זעלבע הערט מען ווי מען באוואונדערט די קלארע קריספי רעקארדינג און מיקס, ווי אלע קולות פון די זינגערס, די מוזיק אלעס הערט זיך שארף קלאר און געשמאק, ווער רעדט נאך ווען ר' חיים מאיר קומט אריין מיט זיינע קונצליכע און זאכליכע גראמען וואס נעמען ארויס די צוהערער פון די גלייזן.
 
די אלבום איז צוכאפט געווארן פונעם ציבור מיט א געוואלדיגע פרייד, אבער מען האט געהאט איין קאמפלעין. גאר אסאך האבן זיך אפגערעדט אז היינט קען מען נאר הערן אן אלבום דורך יו-עס-בי. מען האט געטענה'ט אז סידיס איז א פראדוקט פון די פארגאנגעהייט "ווער האט נאך היינט א סידי פלעיער?" האט מען פארגעהאלטן די מפיצים. דער קרן הדפסה האט זיך טאקע צוגעהערט צום בקשה, און צוליב די טייערע פרייז וואס עס קאסט צו פראדוצירן האט מען האט געלאזט ערצייגן א באגרענציטע צאל יו-עס-בי'ס וואס מען קען שוין קויפן אויפן וועבסייט פאר א צוגענגליכענע פרייז, וכל הקודם זכה. 
 
דא איז אויך דאס פלאץ צו מעלדן די מפיצים אז זיי קענען עס קויפן פאר האלסיעל פרייזן, ביטע זיך ווענדן טעלעפאניש צום קרן הדפסה.
 
🎼 א מופת בין איך אויף יו-עס-בי