אלגעמיינע וואלן דעם דינסטאג פרשת חיי שרה למס' נאוועמבער 7
כא חשון תשפ"ד 📝
ווי יעדעס יאר וועט אויך היי יאר פארקומען די אלגעמיינע וואלן וואס פאלט אויס אלץ אויף א דינסטאג אנהייב נאוועמבער למספרם ווי מען שטימט פאר פארשידענע אמטן געוואנדן אינעם יאר, פילע מאל שטימט מען פאר אמטן וואס ציעט אסאך אינטערעסע ווי צום ביישפיל יעדע פיר יאר ווען מען שטימט פאר פרעזידענט, אדער אפילו ווען מען שטימט פאר גאווערנאר אדער סענאטארן. דאס יאר אבער שטימט כמעט נאר פאר לאקאלע אמטן וואס ציעט נישט קיין גרויסע העדליינס, און עס קומען געווענליך ארויס זייער א קליינע עולם.
דא וועלן מיר אויסרעכענען אויפן שפיץ גאפל די אמטן וואס זענען אפן דעם דינסטאג אין די שטעט אין ניו יארק סעטיט ווי עס זענען דא א גרויסע ערליכע אידישע אנוועזענהייט, אנגעהויבן מיט ניו יארק סיטי ווי מען וועט שטימען פאר ציווילע געריכט ריכטער, סיטי קאונסיל זיצן, סופרים קאורט ריכטער, פארשידענע שאלות אויפן בעלאט; אין ראקלענד קאונטי וועט מען שטימען פאר א דיסטריקט אטוירני, שעריף, פעמילי קאורט ריכטער, קאונטי לעגיסלאטארן, אין אין פילע לאקאלע שטעט וועט מען שטימען עטליכע אמטן ווי סופערווייזער (אדער מעיאר) און טאון קאונסיללייט (אדער טראסטיס), און נאך אמטן ווי ריכטער וכדומה, דאס רעכענט אריין סאפפערן, רעמעפאו און ספרינג וואלי. אין אראנדזש קאונטי וועט מען קענען שטימען פאר א סטעיט סופרים קאורט ריכטער, קאונטי ריכטער, אזוי וועלן זיין קאנדיטאטן אין די לאקאלע שטעט וואס רעכענט אריין צווישן אנדערע בלומינג גראוו, טשעסטער, מאנראו און וואודבארי; אין סאליווען קאונטי (ווי די קעטסקילס געפונען זיך) וועט מען שטימען אין פילע לאקאלע שטעט ווי צום ביישפיל אין ליבערטי ווי דאס שטעטל קרית ברסלב געפונט זיך וועט מען שטימען פאר סעטיט סופרים קאורט, דיסטריקט אטוירני, קאונטי קלוירק, קאונטי קאראנער, קאונטי לעגסלאטור, טאון סופערווייזער, טאון קלוירק און פאר צוויי קאונסיללייט.
דער אמת איז אז נישט דער פרעזידענט און נישט דער מעיאר זענען אונזערע פירער, מיר ווערן געפירט דורכן אויבערשטן וואס איז משגיח אויף אונז אויף יעדע ריר. אבער פארט איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אין אזא יאר ווי היי יאר, זענען די אמטן אסאך מער נוגע אונזערע טאג טעגליכע לעבן ווייל זיי זענען געשטעלט צו מאכן געזעצט וועלכע רירן אונז צו טאג טעגליך, צום ביישפיל זאונינג, ווי מען מעג בויען און וויפיל, לאקאלע ריכטער וואס אויב ווערט מען אנגעקלאגט אויף עפעס ח"ו ווערט דער משפט געברענגט צו זיי, אבער דאס ווערט מער ווייניגער איגנארירט דורך דער גרעסטער ציבור, מה שאין כן ווען מען שטימט פאר פרעזידענט וואס קען ממש גארנישט אריינרעדן אין די לאקאלע זאכן וואס איז נוגע יעדן יחיד דארט ווערט העדליינס און עס קומען ארויס צו די שטימען רעקארד הויכע ציפערן, בשעת דער פרעזידענט קען בסך הכל באשליסן ווי מען זאל האלטן מלחמה, און ווער עס זאל זיין דער אמבאסאדאר אין די ווייטע לענדער.
היינט זונטאג איז דער לעצטער טאג פון די "פריע שטימען" ווי מען קען גיין ביז 8:00 ביינאכט צום סאליווען קאונט העלט דעפארטמענט אויף 50 קאמיוניטי לעין. איבערמארגן דינסטאג ביים וואל טאג וועט מען קענען שטימען פון 6:00 פארטאגס ביז 9:00 ביינאכט ביים ליבערטי פייער דעפארטמעט אויף 256 ספרעריג עוועניו.
די קהילה האט ארויסגעלייגט א רוף אז מען זעל שטימען פאר די קאנדידאטן וואס האבן געהאלפן אנשי שלומינו און האבן פארשפראכן ווייטער צו שטיין צו הילף.
דער ראש ישיבה האט היינט געשריבן א בריוו "איך וויל דיר בעטן א פערזענליכע טובה, זאלסט יעצט גיין שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט ארויסגעשטעלט מען זאל פאר זיי שטימען, מיר דארפן אנקומען צו די ערוועלטע באאמטע, סיי צו קענען האבן א חדר, א סקול, און שולן, און אויך צו קענען בויען דירות, און נאך אסאך זאכן וואס איז פאר די טובה פון די שטעטל. דעריבער בעט איך דיר, זאלסט יעצט אריבער גיין שטימען, אויך זאלסטו נעמען דיין ווייב זי זאל אויך גיין שטימען. די אינגעלייט וואס זענען געשטעלט אויף די זאך האבן מיר באוויזן פאריגע מאל די נעמען וואס האבן נישט געשטימט, און עס האט מיר זייער געשטערט צו זען די נעמען פון די משפחות. שוין גענוג אפגעשטופט, גיי יעצט שטימען.דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."