דריי און צוואציג יאר צוריק כ"ג אלול תשס"א, ג' סליחות, האט די וועלט אויפגעטרייסעלט מיט די שרעקליכע נייעס אז טעראריסטן האבן "מצליח געווען" איבערצונעמען 4 פליגערס, און אריינגעשמעטערט דערמיט אין די צוויי בארימטע צווילינג טורעמעס פון די "ווארלד טרעיד סענטער" אין מאנהעטן, אזוי אויך אינעם נערוו-צענטער פון די אמעריקאנער מיליטער דער "פענטאגאן", און א פערטער וואס איז געווען געריכטעט צום ווייסן הויז אין וואשינגטאן איז אראפ געברענגט געווארן דורך די פאסאדזשירן וואס האבן זיך קעגן געשטעלט די טעראריסטן.
 
אמעריקע איז געווען אין שאק, די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן, די בירגער אין אמעריקע זענען געווען שרעקליך פארפאניקט פונעם פאקט אז אפאר אראבער מיט פארטשייעלעך ארום דעם קאפ האבן באוויזן צו געבן אזעלעכע מיאוסע שלעק פאר די שטאלצע אמעריקע און באוויזן אראפ צו ברענגען די צוויי מעכטיגע בנינים דער שפיגעלע פון אמעריקאנער "ביזנעס".
 
דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש האט דאן אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק און פארגעזאגט אויף טעלעוויזיע (אין ענגליש פארשטייט זיך...) קאפיטל כ"ג פון תהלים, "מזמור לדוד, ה' רועי לא אחסר", און געזאגט פאר זיינע צוהערער "Though I walk through the valley of the shadow of death, I will fear no evil; for You are with me", (גם כי אלך בגיא צלמות, לא אירא רע כי אתא עמדי), "אפילו איך גיי אריבער די טאלן פון די שאטן פון טויט, האב איך נישט קיין מורא, ווייל דו ביסט מיט מיר".
 
אין אמעריקע גלייבן אסאך אין גאט (בפרט די רעכטע), אבער די אמונה פון די גויים איז גאנץ עפעס אנדערש ווי די אמונה פון אידישע קינדער, פרעזידענט בוש האט געמוזט באקומען צוויי קלונגעדיגע פעטש אין ביידע פנימער כדי ער זאל רעדן פון גאט, ער איז טיף אין דער ערד, מען ווייסט אפילו נישט וויאזוי ער הייסט, יא עס קומט אים טאקע קרעדיט, ער רעדט פון גאט.
 
דער הייליגער בארדיטשובער רב אלץ אינגערמאן איז ער געפארן צו זיין הייליגן רבי'ן דער מגיד, און זיין שווער וואס האט בכלל נישט פארשטאנען וואס חסידות איז, וואס א רבי מאכט פון זיין חסיד, האט געהאט טענות צו זיין פרישער איידעם, היתכן מען לאזט איבער די ווייב, מען פארט זיך קיין מעזריטש. "לוי יצחק, וואס האסטו דארט אויפגעטון אין מעזריטש!" האט ער גע'טענה'ט. דער איידעלער אינגערמאן וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק דער קדושת לוי האט געזאגט זיין שווער "איך האב מיך אויסגעלערענט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", "פאר דעם פארט מען קיין מעזריטש?", ער רופט צו איינע פון די מיידלעך א יתומה וואס האט געהאלפן אין שטוב, "ווער פירט די וועלט?" פרעגט ער איר, "וואס הייסט ווער, גאט פירט די וועלט", האט זי גלייך געזאגט, דער הייליגער קדושת לוי האט דערויף געזאגט, "זי זאגט עס און איך לעב דערמיט".
 
יעדע איד האט אמונה, אבער עס איז דא ביי וועם עס איז ווי להבדיל ווי ער ווייסט אז אין טשיינע עסט מען רייז, ער ווייסט אויך אז דער באשעפער פירט די וועלט, ער טראכט נישט אז דאס איז אים נוגע אין לעבן, עס זענען דא מענטשן וואס טראכטן מער פון טראמפ און העריס, כאילו דאס וועט אים עפעס העלפן. מיר קומען צום צדיק כדי מיר זאלן באקומען דעם אייבערשטן "לנגדי תמיד", אלץ זאלן מיר געדענקען אז דער באשעפער איז דא מיט אונז, און סיי ווען עס גייט אונז גוט, און סיי ווען עס גייט אונז שווער, און אפילו די קלענסטע דאגה, האט מען נישט קיין מורא וויייל דער באשעפער איז מיט אונז.