אלע 3 בתי מדרשים פון קהלת היכל הקודש קרית יואל וועלן בעז"ה זיין אפן אויף יו"ט שבועות הבעל"ט
ד סיון תשע"ח 📝
קרית יואל. – אין א מודעה וואס קהילת היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל האט ארויסגעשטעלט מעלדן זיי אז אלע זייערע בתי מדרשים אין שטאט וועלן זיין אפן צום דינסט פונעם ציבור אנ"ש און געסט אויף אלע תפלות פון גאנץ יום טוב שבועות הבעל"ט בעז"ה.
די בתי מדרשים אין קרית יואל זענען באקאנט אין די גאנצע שטאט, פאר א פלאץ ווי א איד קען אריינקומען פאר א געשמאקע דאווענען, און בפרט איז באקאנט די חיזוק דיבורים וואס ווערט געהערט יעדע שב"ק ביי סיפורי מעשיות נאך שחרית, און ביי שלש סעודות. ווי אידן, שכנים, געסט קומען אלץ ארויף צו הערן חיזוק אויף צו קענען אנגיין ווייטער, און זיך שטארקן אין לעבן מיט אייבערשטן.
די סדר פון שב"ק וועט זיין ווי א געווענליכע שבת, אויסער אז שלש סעודות וועט מען נישט עסן אין ביהמ"ד מוצש"ק פאלט אויס די ערשטע נאכט יו"ט, און מען פירט זיך צו צוטיילן די סעודה פון שב"ק בייטאג.
צו מנחה שב"ק נאכמיטאג וועט מען אי"ה קומען אום 8:50, און דערנאך מעריב. די בתי מדרשים וועלן בעז"ה זיין אפן צו זאגן "תיקון ליל שבועות" א גאנצע נאכט.
דער ערשטער טאג שבועות וועט מען בעז"ה דאווענען כותיקין אום 4:35, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטעלט א מילכיגע קידוש.
מנחה דער ערשטער טאג יו"ט וועט בעז"ה זיין אום 8:30.
שחרית דער צווייטער טאג וועט זיין אום 10:00. נאכמיטאג וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען אום 8:30 צו מנחה און נעילת החג.
ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד.