אויף די גרויסע נאכפראגע פון פילע אידן וואס ווילן נעמען א בעט אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט, ווילן מיר מעלדן אז עס איז מער נישטא צו באקומען קיין בעטן, אלע פלעצער זענען שוין ארויסגעדינגען.
 
וויכטיגע מעלדונג פאר די אלע וואס האבן געגעבן א דעפאזיט פאר א בעט; עס איז שוין דורך די לעצטע מינוט צו באצאלן דעם גאנצן באלאנס. פון יעצט וועט מען אי"ה צוריקגעבן די דעפאזיטס פאר די אלע וואס האבן נאכנישט אויסצאלט זייער גאנצע באלאנס.
 
פאר די אלע וועלכע האבן שוין יא אויסגעצאלט זייער באלאנס, וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פרובירן צוצושטעלן דעם שבת ויום טוב אין אומאן אויף א געשמאקע פארנעם. ווי באקאנט געפינט זיך אוקריינע יעצט אין א מלחמה צושטאנד, זאכן זענען פיל שווערער צו שאפן און ברענגען ווי א געווענליכע יאר. געוויסע ווייטערע שטעט וואס זענען יעצט אויפ'ן פראנט פון די מלחמה, זענען די פלעצער פון וואו מען פלעגט ברענגען פילע נויטיגע געברויכן און יעצט קען מען גארנישט באקומען פון דארט. מיר זענען מתפלל און מיר זענען זיך משתדל דאס מערסטע וואס מעגליך אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט על צד היותר טוב צו יעדנ'ס צופרידנהייט.
 
ראש השנה שלי עולה על הכל!