אלע תלמידים פון די ערשטע עלטסטע כיתה פון ת"ת היכל הקודש ברסלב האבן שוין ב"ה געטראפן זייער שידוך למזל טוב
יד חשון תשע"ט 📝
מיט גרויס התרגשות האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע נייעס היינט דינסטאג פונם שידוך שליסן ביי הבחור החשוב לייבי אפפעל נ"י, וואס איז געווען איינע פון די ערשטע תלמידים פונעם ת"ת ווען עס האט זיך געעפענט מיט אכט א האלב יאר צוריק.
עס איז א נחת צוצוקוקן די טייערע תלמידים, וואס זענען ארויסגעקומען במשך די פארגאנגענע יארן, ווי זיי לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן הערליכע שטובער. מען דאנקט דעם אייבערשטן, אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ב"ה באוויזן דורכצופירן מוהרא"ש'ס רצון אלע יארן, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן פון קליינערהייט מיטן אייבערשטן, און מיט א געזונטע צוגאנג צום לעבן. די קינדער זאלן וויסן אויך ווען זיי וואקסן אויף וואו מען דארף זיך ווענדן ווען מ'האט סיי וואס פארא פראבלעם, און זאלן פאלגן די עצות פונעם צדיק און האבן א גוט לעבן אויף דער וועלט און יענע וועלט.
דער ברסלבער ת"ת אין וויליאמסבורג רופט ארויס וואונדער ביי יעדעם וואס זעט עס, עס זעט אויס ווי א חלום, ווער וואלט זיך געגלייבט פאר עטליכע יאר צוריק אז עס וועט זיין א תלמוד תורה אין וויליאמסבורג וואס וועט טראגן מיט שטאלץ דעם הייליגן רבינ'ס נאמען אויף זיך. יעצט ב"ה זעט מען די הערליכע פירות.
דא האבן מיר א בילד פון די ערשטע עלטסטע כיתה פונעם תלמוד תורה אין יאר תשס"ט.
מען זעט אויף די בילד פון רעכטס צו לינקס: דער מלמלד הר"ר מרדכי יונה שיק שליט"א, הר"ר יוסף שניטצלער (מלמד מומחה במוסדותינו הק'), ר' הערשל שניצלער (מלמד מומחה במוסדותינו הק'), ר' אברהם יושע וועבערמאן, און החתן לייבי אפפעל.
נוצר תאנה יאכל פריו.