קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555
 
ווי דער געזעץ לויטעט אין רוב מדינות, דארף דער פאספארט זיין גילטיג ווען מען קומט אן אויף נאך זעקס חדשים. דערפאר קוקט איבער אייערע פאספארטן און אויב לויפט עס אָפּ בעפאָר למספרם אפריל 2023 איז יעצט דער ריכטיגער צייט אריינצוגעבן צו מאכן א פרישע פאספארט, שטייענדיג פונקט 13 וואכן איידער מען וועט בעזרת השם פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון.
 
דער אמעריקאנער סטעיט דעפּאַרטמענט זאגט, אז די ווארט צייט צו באקומען א פאספארט אין די יעצטיגע טעג שטייט ביי "צווישן 8 און 11 וואכן". דאס מיינט אז אויב מען אפּלייעט יעצט, וועט עס בעזרת השם אנקומען פונקט אין צייט.
 
פאר נאך זעכציג דאלער שטעלן זיי צו "עקפּעדייט פאספארט" סערוויס, וואס דאס איז ערווארטעט צו דויערן צווישן 5 און 7 וואכן. אזוי אז אויב מאכט זיך סיי וועלכע פראבלעם, קען מען עס נאך בעז"ה מסדר זיין ביז ראש השנה.
 
*
 
ברוך השם אז די פלענער וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט פון "פלען איט רייט" פאריגע וואך האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער געפרייט צו באקומען א שטיקל קלארקייט איבער וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פארן קומענדיגן ראש השנה.
 
דערווייל איז נאך נישטא קיין פרישע אפדעיטס איבער די טשארטער, אדער די טראנספארטאציע מיטן באן, וכדומה. די שטאב פון פלען איט רייט זענען אין די טעג שטארק פארנומען צו באשטעטיגן און אויסארבעטן די פילע דעטאלן פון די אלע פלענער.
 
אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, מען זאל קענען פארן און קומען געזונטערהייט, און אויספועלן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל אלעס גוטס.