א הערליכער אלבום איז נארוואס ערשינען אויף די אידשע מארק מיט צען שיינע ניגונים קאמפאזירט דורכן בארימטן קאמפאזיטער מו"ה הערשל ראזענבערג הי"ו פון מאנסי. ר' הערשל נ"י איז שוין א בעל תפילה פאר איבער דרייסיג יאר, און פארפאסט שוין ניגונים פון אלס אינג בחור.
 
מיט בערך זעקס יאר צוריק האט פאסירט א שרקליכע טראגעדיע אין ארץ ישראל ווען א בחור א תלמיד היכל הקודש יעקב מאיר חשין ע"ה איז אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט פארנדיג אין א באס וואס איז געווען פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט, נאך די טראגעדיע גערעדט שטארקע דברי חיזוק ביים שיעור. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז כאטש דאס איז א שרעקליכע טראגעדיגע, אבער ברוך השם אז דער בחור האט געהאט שכל און גוט אויסגענוצט די טעג און די יארן, אריינכאפנדיג צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה, מסכות אין ש"ס, און אזוי ווייטער, אויך האט ער אסאך מפיץ געווען, און מחי' געווען גאר אסאך אידן, און דאס נעמט ער מיט אויף יענע וועלט, און יעצט בלייבט איבער פאר אונז אנצופילן דעם חלל וואס יעקב מאיר האט איבערגעלאזט, און זיך שטארקן מיט התמדת התורה, הפצה און אזוי ווייטער.
 
ר' הערשל האט געהערט דעם דאזיגן שיעור און עס האט אים גאר שטארק באנומען, ער האט געהערט ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון די פאסירונג א לימוד אויף למעשה וויאזוי איך קען נתעורר ווערן און טון עפעס נאך אזא טראגעדיע. זינט דאן האט ר' הערשל אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און אנגעהויבן באקומען א נייעם בליק אויפן לעבן.
 
אין א שמועס מיט ר' הערשל אויף קול ברסלב לכבוד דעם ערשיינונג פון זיין נייעם אלבום פארציילט ער אז דריי האלב יאר צוריק איז געווען א שטארקע חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה, וואס דער ראש ישיבה האט דארט געזאגט בזה הלשון: "עס איז דא א נייע תקנה אין ישיבה, קיין שום בחור טאר גארנישט בעטן פון קיין בשר ודם, קיין שום זאך וואס ער דארף, מען קען נאר בעטן פונעם אייבערשטן". די ווערטער האבן אים געוואלדיג שטארק באנומען, א טאג דערויף איז אים אריינגעקומען א ניגון אויף די הייליגע ווערטער
 
וַאֲנִי בְּחַסְדְּךָ בָטַחְתִּי
יָגֵל לִבִּי בִּישׁוּעָתֶךָ
 
איך גלייב און גלייב,
נאר דו קענסט מיר העלפן,
 
איך דאנק און לויב
אז דו טוסט מיר העלפן
 
איך בעט און בעט
אז דו זאלסט מיר ווייטער
אלעמאל העלפן
 
נאר דו קענסט העלפן
 
ואני ואני ואני
בחסדך בטחתי
איך גלייב און גלייב
איך בעט און בעט
ווייל בחסדך בטחתי
 
דער ניגון נעמט איבער דאס הארץ מען קען זיך מיט דעם ניגון גוט אויסדרוקן די גרויסע אמונה און האפענונג פון א איד אינעם אייבערשטן, וואס נאר ער קען אונז העלפן.
 
גלייך דאן האט ער געשיקט דעם פריש פארפאסטן ניגון פארן ראש ישיבה פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און דאס שטארק אויסגעלויבט, יעצט ווען ר' הערשל האט ארויסגעגעבן דעם נייעם אלבום ווי ער האט אריינגעלייגט דעם ניגון (ניגון נומער 5) האט ר' הערשל געשפירט הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה און איז געקומען ברענגען פאר'ן ראש ישיבה דעם נייעם אלבום פאר א מתנה.
 
שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט אז אסאך ניגונים היינט וואס רעדן פון אמונה קומט פון א דירעקטע השפעה פון די דרשות וואס מען הערט, און פון די ניגוני אמונה וואס מען געבט דא ארויס און פון דעם קומט ארויס די ניגונים.
 
מען קען הערן דעם גאנצן אינהאלטסרייכן שמועס מיט ר' הערשל ווי מען גייט איבער מיט אים מער פרטים בנוגע דער הערליכן אלבום און די אלע צען ניגונים אויף קול ברסלב 845-299-2224 דאן 4 און דערנאך 2 פאר די אינטערוויוס אפטיילונג.