אמעריקע פייערט זעלבסטשטענדיגקייט טאג
כח סיון תשפ"ד 📝
אינעם היינטן טאג יולי 4 למספרים 248 יאר צוריק האבן זיך די אמעריקאנער דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון די ענגלענדער וואס האבן געהערשט אויף זיי נאך א בלוטיגע מלחמה וואס האט גענומען אכט יאר.
די מלחמה איז געפירט געווארן דורכן העלדישן גענעראל דזשארדזש וואשינגטאן וואס האט טראץ די פילע שטרויכלונגען באוויזן מיט'ן אויבערשטנעס הילף צו באזיגן די ענגלישע ארמיי.
מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים אז ער האט צוגעפירט אז די ניי געגרינדעטע רעגירונג וואס האט זיך דאן פארמירט האט אראפ געשטעלט א קאנסטיטוציע וואס שטעלט אוועק פילע רעכטן פאר יעדן בירגער, ווי צום ביישפיל רעליגיעזע רעכטן, און היינט ברוך השם קענען מיר לעבן אינעם מלכות של חסד און דינען דעם אויבערשטן, אן ווערן גע'רודפ'ט פון די רעגירונג, ווי עס איז געווען דער שטייגער אין אייראפע במשך הונדערטער יארן.
דער סמ"ך מ"ם דער מלך זקן וכסיל שלאפט אבער נישט, און אין יעדע צייט שטעלט ער אונטער נסיונות לויטן מצב הדור, היינט איז עס מיט הפקרות, וויבאלד מיר לעבן אין א פרייע מדינה, "מיינד יור אָון ביזנעס" איז דער סלאגאן, "קיינער קען מיר נישט זאגן וואס צו טון" זאגט דער גוי'אישע גאס. און זה לעומת זה עשה אלוקים, ואין הקדוש ברוך בא בטרוניא עם בריותיו, דער אויבערשטער האט אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה, "אזא חידוש ווי איך בין איז נאך קיינמאל נישט געווען", דער רבי איז א חידוש ווייל ער האט א שפראך צו אונז, מיר קענען נישט שאצן די גרויסקיין פון צדיקים, אבער דער הייליגער רבי - שרייבט דער הייליגער סאטמארע רבי אין ויואל משה - איז אראפגעקומען צו אונזער נידעריגער דור, און ער הייבט אונז אויף און דערנענטערט אונז צום אויבערשטן, דורך אונז דערמאנען אז דער אויבערשטער איז דא, און מיר קענען אלץ רעדן צו אים. דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן איינערקענען אין די גרויסע אוצרות וואס מיר פארמאגן אין בוזעם טאש, דו האסט א ציצית, תפילין, מזוזה, נעגל וואסער. דו האסט געווינען די לאטערי, פארוואס גייסטו ארום מיט א לאנגע נאז? כאפ א טענצל "שלא עשני גוי", וואס אזוי וועלן מיר קענען ווייטער זיך האלטן שטארק אין אונזער אידישקייט, אין די פרייע הפקר'דיגע אמעריקע.