אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין בעלגיע פארלאנגט אפצושטעלן די קלאגעס קעגן די אנטווערפענער מוהלים
ל שבט תשפ"ו 📝
א שארפע דיפלאמאטישע שטורעם האט אויסגעבראכן אין בעלגיע, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין דעם לאנד, ביל ווייט, האט אפן געפאדערט אין א מעלדונג אז די בעלגישע רעגירונג זאל שוין אפשטעלן די געריכטליכע פראצעדורן קעגן דריי מוהלים וואס ווערן באשולדיגט אין דורכפירן ברית מילה קעגן די ארטיגע געזעצן, וואס ער האט אנגערופן אלס "אנטיסעמיטיש".
אין זיין מעסעדזש האט דער אמבאסאדאר ארויסגעהויבן אז אנטיסעמיטיזם איז "אומאקצעפטירבאר אין סיי וועלכע פארעם" און האט געבעטן בעלגיע "צו טון א פיל בעסערע ארבעט אויף דעם ענין". ער האט ספעציפיש פארלאנגט אז די קלאגעס קעגן די דריי מוהלים אין אנטווערפן זאלן ווערן אפגעווארפן, אונטערשטרייכנדיג אז זיי טוען בסך הכל דאס וואס אידן טוען שוין טויזנטער יארן. ער האט ווייטער געשריבן אז ער פלאנט צו באזוכן אין אנטווערפן קומענדיגע וואך זיך צו טרעפן מיט די מוהלים און זייערע משפחות, און ער האט גערופן דעם בעלגישן העלט מיניסטער, פרענק וואנדענברוקע, אז ער זאל מיטקומען מיט אים.
די דאזיגע פרשה ציט זיך שוין איבער א יאר צייט. לויטן בעלגישן געזעץ מעג נאר א לייסענסד דאקטאר דורכפירן ברית'ן, און אלס רעזולטאט זענען היימישע מוהלים אונטער אינוועסטיגעשאנס. די היימישע קהילה אין אנטווערפן האט חלילה נישט אויפגעהערט צו פראקטיצירן די מצוה פון ברית מילה, אבער עס ווערט געטון מיט גרויס פארזיכטיגקייט. מ'פובליצירט נישט קיין שום צעטלעך אדער מודעות וואו און ווען די ברית'ן קומען פאר, כדי מ'זאל עס נישט קענען נאכגיין. די מוהלים אליין פרובירן אויך צו זיין זייער געווארנט, זאגנדיג אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן צי מ'האלט אן אויג אויף זיי.
אין א שארפן מעסעדזש האט דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אראפגעריסן די גאנצע מעשה אלס אנטיסעמיטיזם, און ער האט געפאדערט פונעם בעלגישן געזונטהייט מיניסטער, פראנק וואנדענברוקע, אז ער זאל תיכף ומיד אפשטעלן די געריכט פראצעדורן. דער אמבאסאדאר האט קלאר געשטעלט אז ער האט פערזענליך גערעדט מיטן מיניסטער דערוועגן, אבער אן קיין שום הצלחה.
די דאזיגע ווערטער האבן ארויסגערופן א שטורעם ביי די בעלגישע פאליטיקאנטן. אלע האבן אראפגעריסן דעם אמבאסאדאר פארן זיך "אריינמישן אין אינערליכע ענינים", בפרט ביי א זאך וואס ליגט יעצט אין געריכט. זיי האבן געטענה'ט אז אין בעלגיע איז דא א פולשטענדיגע טיילונג צווישן פאליטיק און דאס געריכט, און א פרעמדער דיפלאמאט האט נישט קיין שום רעכט זיך אריינצומישן אדער פרובירן משפיע צו זיין אויף א פסק פון א ריכטער.
צוקוקער זאגן אז די גאנצע שארפע רעאקציע קומט נאר ווייל זיי שפירן אז מ'האט באליידיגט זייער נאציאנאלע כבוד. דאס איז ביי זיי געווען אזא גרויסע זאך, אז זיי האבן גענומען אן אומגעווענליכן שריט און אריבערגערופן דעם אמבאסאדאר אים אויסצומוסר'ן אויף דעם וואס ער האט זיך געלאזט הערן מיט אזא שפראך קעגן בעלגיע. זיי זענען געווען ספעציעל אויפגעברויזט אויף דעם וואס ער האט גענוצט דאס ווארט "אנטיסעמיטיזם".
אבער טראץ דעם גרויסן דרוק, האלט דער אמבאסאדאר פעסט ביי זיין מיינונג און ער וויל זיך נישט אנטשולדיגן דערויף. ער טענה'ט אז אין דער דיפלאמאטישער וועלט ווערט ברית מילה פארעכנט אלס א רעליגיעז רעכט מיט א היסטאריע פון טויזנטער יארן, און ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אז א לאנד זאל פרובירן זיך אריינצומישן דערין.
בעלגיע איז שוין יארן באקאנט מיט אירע ליבעראלע געזעצן, בפרט ווען עס קומט צו רעליגיעזע ענינים. אין געוויסע טיילן פון בעלגיע, אריינגערעכנט די אנטווערפענער געגנט, איז שחיטה געזעצליך פארבאטן געווארן, וואס דאס האט געפירט דערצו אז מ'מוז אימפארטירן כשר'ע פלייש קיין אנטווערפן פון אויסלאנד. דאך לאזן זיך אידן נישט אפשרעקן פון די דאזיגע גזירות און אורטיילן. מיר טוען דעם רצון השם פאר יעדן פרייז, און מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין צו היטן די מצוות מיט מסירות נפש, נישט קוקנדיג אויף די אלע שוועריגקייטן.