אמעריקאנער אסטראנאטן שטעקן אין ספעיס אן קיין געהעריגע פלאן
כח אב תשפ"ד 📝
מיט דריי חדשים צוריק האט דער בארימטע אמעריקאנער פליגער פירמע "באואינג" אפגעצייכענט א פרישע קאפיטל אין זייערע ביכער ווען זיי האבן סוקסעספול באוויזן ארויפצושיסן זייער אייגענע ראקעט מיט צוויי אמעריקאנער אסטראנאטן צו א מיסיע צום אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע.
לויטן פלאן האבן זיי געדארפט צוריק קומען מיט'ן זעלבן ראקעט מיט בערך א וואך שפעטער, אבער יעצט האלט מען שוין כמעט דריי חדשים, און די אסטראנאטן זענען נאכאלץ דארט אן קיין קלארע פלאן ווען זיי וועלן צוריק קומען צום כדור הארץ.
די סיבה דערפאר איז אז עס האט זיך געמאכט א מעכאנישט פראבלעם מיט'ן ראקטע, און אלע פרואוון אז די אסטראנאטן זאלן עס קענען אליינס פאררעכטן זענען דערווייל דורכגעפאלן.
ווען א מענטש ווערט מקורב צום צדיק ער אנטפלעקט די געוואלדיגע אור, קען מען ווערן זייער צופלאמט, מען טראכט צו זיך, איך וועל לערנען א גאנצן טאג, רעדן צום אויבערשטן שעות, איך שפיר דאך ביים צדיק א געוואלדיגע קרבת אלקים, און איך דארף מער גארנישט. אבער דער רבי לערנט אונז אז מען טאר נישט שפרינגען צו הויך, ווייל מען דארף זיכער מאכן אז מען האט אויך א וועג צוריק, מען דארף לעבן דא אונטן אויף דער וועלט, און דער אויבערשטער פארלאנגט נישט פון אונז ארויפצופליען צום ספעיס און דארט בלייבן פאר אייביג. עס איז וויכטיג אז א מענטש זאל האבן א מורה דרך וואס זאל אים געבן הדרכה וויאזוי צו דינען דעם אויבערשטן צוביסלעך, קודם אביסל, נאכדעם נאך מער, און אזוי טרעט מען זיך אויס א זיכערע וועג, און מען בלייבט נישט שטעקן אין א דעד ענד אן א וועג צוריק.
לויט ווי עס זעט יעצט אויס וועלן זיי מוזן דארט פארבלייבן ביז לכל הפחות עטליכע חדשים, ווען זייער קאנקורענט פירמע "ספעיס עקס" פלאנט ארויפצושיקן א ראקטע צום סטאנציע. דערווייל שיקט מען זיי ארויף זייערע געברויכן צו קענען איבערלעבן מיט קליינע ראקעטן וואס קענען נישט נעמען קיין פאסאשזשירן.
און דאס איז אויך א געוואלדיגע לימוד, האסט געמאכט א טעות, ביסט געשפרינגען צו ווייט, בעט דעם צדיק אן עצה, ער וועט דיר אויסלערענען און געבן האפענונג אז איין טאג וועסטו קענען צוריק קומען און פירן א שיינע לעבן דא אויף דער וועלט מיט דיין ווייב און קינדער, ווער נישט פארלוירן אפילו דו האסט געהאט א גרויסע דורכפאל.