אמעריקאנער בונקער באסטערס פארניכטן איראנ'ס דריי הויפט נוקלעארע איינריכטונגען
כו סיון תשפ"ה 📝
שבת נאכמיטאג האט אמעריקע דורכגעפירט א איבעראשנעדע אטאקע וואס זי האט א נאמען געגעבן מיטלנאכט האמער, (מידנייט האמער) אטאקירט דריי איראנער נוקלעארע אייריכטונגען אין פארדוי, איספאהאן און נאטאנז. בשעת פארדוי וועלכע איז א פלענט פארפאנצטער מיט בערך צוויי-דריי הונדער פיס אונטער די ערד איז געווען דער עיקר ציל.
צווישן אנדערע האט אמעריקע גענוצט פילע העכסט פארגעשניטענע B-2 פליגער אנגעלאדענט מיט פערצן דרייסיג-טויזענט פונטיגע בונקער באסטער באמבעס וועלכע זענען געפארן אכצן שעה אן אפשטעל אין די לופטן פון מיזורי אמעריקע קיין איראן, וועלכע זענען כסדר געפיטערט געווארן מיט ברענשטאף דורך עטליכע מיליטערישע ריפיול פליגער וועלכע האבן זיין באגלייט.
"מענטשן פרעגן" - האט דער ראש ישיבה היינט געשריבן - "צי די מלחמה יצעט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג." אויף דעם זאגט דער ראש ישיבה אז ער האט מקובל פון מוהרא"ש זי"ע אז די מלמחה צווישן גוג און מגוג איז אינעם מענטש אליין, אינעם מח, און אינעם הארץ, ווי דער רבי האט געזאגט (און ווערט געברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה) אז "פאר משיח וועט קומען וועט אראפ קומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות."
דער ראש ישיבה בעט זיך ביי דיר ליבער ברודער, "קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן." דער ראש ישבה בעט זיך ווייטער, "ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין."
נאר אמעריקע - זאגט מען - האט די שרעקליכע בונקער באסטער באמבעס וואס קענען אריינגיין אזוי טיף, ביז צוויי הונדער פיס אונטער די ערד און דארט אויפרייסן, אבער עס איז דא א בונקער באסטער באמבע וואס מענטשן נעמען זיך אליינס, דער ראש ישיבה שרייבט "מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט."
"מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם..."
"עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער."
טראמפ זאגט אז ער האפט אז מיט דעם איז אמעריקע פערטיג, און איראן וועט שוין זיין וואויל, ווייל אויב נישט, וועלן זיי ביטער חרטה האבן. איראן זעט נישט אויס ווי זיי ברעכן זיך, און סטראשען ווייטער און זאגן אז זיי געבן זיך נאך אלץ נישט אונטער.
לאמיר זיך פארנעמען און ארויסנעמען פון די נייעס אז מיר דארפן שטיין ווייט פון די טעלעפאנען און כלים וועלכע זענען אנגעפילט מיט בונקער באסטערס, און קענען אריינרינגען טיף אין א אידיש הארץ און נעבעך אויפרייסן דארט.