אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט לייגט ארויס גלאבאלע סעקיורטי אלערט
ד חשון תשפ"ד 📝
די סטעיט דעפארטמענט פון די פאראייניגטע שטאטן - די זעלבע וואס האבן געווארענט פאר ראש השנה אז מען טאר נישט פאר קיין אומאן - האט א סיסטעם אויף זייער וועבסייט וועלכע זיי רופן "טראוועל אדווייזערי" דאס מיינט אז זיי ראטן צי מען זאל פארן אין געוויסע לענדער אדער נישט. ווען מען קלאפט אריין א נאמען פון סיי וועלכע לאנד אויף דער וועלט וועט ארויפקומען אן אלערט איינע פון פיר שטאפלען. 1 בלוי, איז די נידעריגסטע וואס זיי רופן "זיין נארמאל פארזיכטיג" וואס מיינט אז מען קען דארט פארן. 2. געל, "זיין מער פארזיכטיג", 3. אראנדזש, "טראכט איבער צי דו זאלסט דארט פארן און 4. רויט, "פאר נישט אהין".
די סיבות פארוואס די רעגירונג לייגט ארויף לענדער אויף די פארשידענע שטאפלען פון אדווייזעריס זענען געווענליך געבינדן צו סיבות ווי אומסטאבילע רעגירונגען, פאליטשע איבערקערענישן, טעראריזם וואכזאמקייט, און פאבליק געזינט ריזיקעס. די סטיעט דעפארטמענט האבן ספעצילע באאמטע וואס קוקן כסדר נאך און האלטן אן אויג אויף די פילע לענדער איבער די וועלט, און ווען עס קומען ארויף איינע פון די סיבות וואס מאכן לויט זיי א סכנה צו רייזן אהין, וועלן זיי ארויפרוקן דעם אדווייזערי שטאפל, און צושרייבן די סיבה פארוואס זיי האלטן אז מען דארף זיין דארט מער פארזיכטיג.
לאור וואס אמעריקע האט זיך אריינגעמישט אין די מלחמה אין מיטל מזרח, און האט געברענגט אויף זיך די אויברויז פון די מוסלמענער, האט די סטעיט דעפארטמעמנט ארויסגעלייגט אן אראנדזשע "אלוועלטיכע פארזיכטקייט אלערט", און געבעטן רייזענדע און אמעריקאנער אין אויסלאנד צו זיין באזונדער אויף די וואך פאר פאטענציאלע סכנות פון אויפגעברויזטע מוסלמענער אדער אראבער וועלכע קענען וועלן נקמה נעמען אויף דעם וואס אמעריקע מישט זיך אריין אין די מיטל מזרח קעגן זייערע אינטערעסן.
יעצט ווען די די סטעיט דיפארטמענט האט ארויסגעלייגט דעם אלוועלטליכן סעקיוריטי אלערט דארף מען געדענקען אז קודם כל איז עס דער אויבערשטער וועלכע געבט אונז סעקיוריטי, און עס איז נישטא פון וואס מורא צו האבן ווייל מיר האבן א גרויסער גאט וועלכע היט אונז אויף טריט און שריט.
און צו די אלע וואס פאניקן נאך אלץ איז גוט אנצואווייזן, אז אויב אונזער זכרון ארבעט גוט האט די זעלבע סטעיט דעפארטמענט ארויסגעלייגט א נומער 4 רויטע "פאר נישט אהין" טרעוועל אדווייזער אויף אוקריינא, און האט אפילו ארויסגעלייגט א סטיעטמענט פאר ראש השנה אז די דעפארטמענט אויף סעטיט רעקאמענדירט אז אמעריקאנער בירגער זאלן נישט פארן קיין אוקריינא, און האבן ווייטער ארויסגעשריבן "דער רעקאמענדאציע גייט ארויף אויף אמעריקאנער בירגער וואס טראכטן צו רייזן קיין אומאן אויף ראש השנה", ווייטער האבן זיי ארויסגעברענגט אז זייער אמבאסאדאר אין קיעוו איז זייער געצוימט, עס גייט פאר א מלחמה און אזוי ווייטער.
עס איז איבעריג צו זאגן אז די צענדליגע טויזנטער וואס זענען געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה און די טויזנטער וואס פארן קיין אוקריינא אויף קברי צדיקים זאגן אלע עדות אז אין די געגענטער וואס די אידן פארן איז נישט קיין זכר פון קיין מלחמה, און אז די גאנצע "טראוועל אדווייזערי" איז אין בעסטן פאל שטארק איבערגעטריבן.
הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל