אין די לעצטע צייט זענען די כוטיס אין תימן ארויס אין א מלחמה קעגן די מערב וועלט, ווען זיי אטאקירן שיפן און מיטליטערישע געצייג אינעם ים סוף און אינעם מיטל מזרח. די מעכטיגע אמעריקאנער ארמיי וואס האלט זיך פאר די שטארקסטע אין דער וועלט וואס קיינער קען זיי באזיגן, פלאגט זיך מיט די אפגעריסענע פרימיטיווע כוטיס וואס מאכן טענטראמס ווי קליינע קינדער וואס ווילן נישט גיין שלאפן.
 
אמעריקע מיט נאך פילע מערב לענדער האבן ארויסגעשיקט פילע אויפגעריסטעטע ריזיגע שיפן צום ים און באגלייטונג מיט די פארגערישריטענסטע פליגערס און דראונס, זיי האבן שוין באמבאדירט פילע לאקאציעס אין תימן, צילנדיג זייערע וואפן זאפאסן. אבער די וועלט איז געכאפט געווארן אין שאק די וואך ווען די בארפיסיגע אראבער האבן באוויזן אראפ צושיסן א דרייסיג מיליאן דאלארדיגע דראון וועלכע אמעריקע האט געשיקט העכער אירע הימלען צו שפיאנירן אויף איר.
 
פאר אונז איז עס גארנישט קיין איבעראשונג, מיר ווייסן אז ביי אויבערשטן איז נישט די גרעסטע מיליטער שווערער צו באזיגן ווי א קליינע פליג, און מיר חזר'ן כסדר אז נישט די ארמיי אדער די עף סיקסטינס באשיצן אונז. מיר האבן דעם שטארקסטער גענעראל דער אויבערשטער וואס היט אויף אונז און אים קען קיינער נישט באזיגן.
 
והבוטח בה' חסד יסובבנו
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.