דער אמעריקאנער פרעזידענט ביידען האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט צו א קורצע באזוך מיט א פלאן צו פארן פאר זיצונגען אין מדינת ישראל, און דערנאך קיין ירדן, ווי מען האט געפלאנט צו האבן א זיצונג מיט ירדנ'ס קעניג אבדולא, פאלעסטינע פרעזידענט אבאס, און עגיפטנ'ס פרעזידענט על-סיסי. בשעת דער פרעזידענט איז געווען אין די לופט, האט - ווי נעכטן באריכטעט - פאסירט א גרויסע אויפרייס אין א שפיטאל אין צפון עזה, ווי עטליכע הונדערט פאלעסטינער זענען אומגעקומען, דאס האט גורם געווען אז דער זיצונג אין ירדן איז תיכף אפגערופן געווארן.
 
די אראבישע וועלט האט געליארעמט אז מדינת ישראל האט געשאסן א מיסל צום שפיטאל, און די מידיע האט עס תיכף אפגעקויפט אן קיין פראגעס, און אין די גאנצע וועלט האבן די העדליינס געלויטעט אז איבער פינף הונדערט אומגעקומען אין מדינת ישראל אטאקע אויף שפיטאל אין עזה. און אפילו אין די פרייע אמעריקע וואס האלט זיך אלץ שטיצער פון מדינת ישראל האבן עס רוב מידיע נעצן אזוי געדעקט.
 
מען קען אפשר אריינגיין אינעם נושא איבער ציונות, קנאות, ווער איז שולדיג, און מען קען רעדן אז די מדינה איז באמת א מרידה במלכות שמים פון די ערשטע מינוט, וואס איז אביסל א האקעלע נושא צו רעדן אין אזא צייט ווען אידיש בלוט גיסט זיך, און מען באוויינט די שווערע הונדערטער אידן וואס קומען נעבעך אום אויפן מזבח פון כוחי ועוצם ידי און נאציאנאליזם.
 
דא וועלן מיר בארירן אן אנדערע פונקט, פארוואס זאל זיך די מידיע צוכאפן צו דעם ליגנט אז מדינת ישראל איז שולדיג אינעם אויפרייס נאך איידער מען האט אפילו געהאט א שאנס עס נאכצוגיין? פון וואו האבן זיי גענומען די קאנפידענץ צו באריכטן אין די ערשטע מינוט מיט אזא בלעכענעם פנים אז מדינת ישראל איז שולדיג דערין, אפילו זיי ווייסן אז דאס וועט אויפרייצן די גאנצע אראבישע וועלט - וואס מאכט ליידער נישט קיין חילוק צווישן א איד און די מדינה - קעגן אידישע קינדער?
 
און דאס האט מען געזען אפילו ביי צייטונגען וועלכע ווערן ארויסגעגעבן דורך אידיש אפשטאמיגע ארויסגעבער ווי די ניו יארק טיימס. און די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. אין די גאנצע וועלט - בפרט אין די אראבישע וועלט - האבן זיך צענדליגער טויזנטער מאסן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן אין פראטעסטן האלטנדיג די פענער פון פאלעסטינע שרייענדיג "אלא אכבאר". ערליכע אידן פארלאזן זיך אויפן אויבערשטן, וויסנדיג אז ער פירט די וועלט, און קיינער קען מיר נישט טון נישט קיין שלעכטס און נישט קיין גוטס אן דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט.
 
וואס מען קען ארויסנעמען פון די גאנצע סומאטוכע איז אז מען קען די נייעס נישט גלייבן קיין כי הוא זה. עס איז א שאד יעדע מינוט וואס מיר געבן אוועק צו ליינען וואס די אינטערנעט אנגעפאשעטע שרייבערס ווילן אונז פארקויפן, ווייל די זעלבע זאך ווי דאס טוען זיי כסדר, זייער אגענדע איז סך הכל אנצודרייען כאאס, און צושלעפן תמימות'דיגע ליינער, וואס וועלן דערשראקענערהייט לויפן קויפן זייער צייטונג כדי צו וויסן די לעצטע "קראנטע" נייעס...
 
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז די פרשת השבוע דאס איז אונזער נייעס. די העדליינס היינט איז, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח אז מען דארף תשובה טון. אויך איז היינט אויף די פאדערשטע בלאט פון די נייעס אז דער אויבערשטער האט געהאט טענות אויף נח פארוואס ער איז געווען א צדיק אין פעלץ, דער אויבערשטער וויל אז מיר זאלן זיין ווי אברהם אבינו און מפרסם זיין און מגלה זיין פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
 
דאס איז נייעס, און דאס איז קראנטע נייעס, און מיט דעם וועלן מיר לעבן א גוטע לעבן סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.