אמעריקאנער קאנגרעס פארשט די ווארהייט איבער יו-עף-או'ס
טז אב תשפ"ג 📝
א קאנגרעס קאמיטע האט אפהאלטן א פארהער פאריגע וואך צו אדרעסירן די אנגייעענדע פראגן ארום יו-עף-או'ס, א רעגירונג וויסלבלאוער דעיוויד גראש האט אויפגעטרעטן, און האט גע'טענה'ט אז די רעגירונג האלטן איבערבלייבענישן פון מיסטעריעזע יו-עף-או'ס אין עטליכע פלעצער. אז די רעגירונג טוט שוין יארן לאנג פארהוילן אינפארמאציע דערוועגן, ער זאגט אז מען האבן אים געסטראשעט מיטן לעבן אז ער זאל נישט ארויסקומען אין פאבליק דערמיט.
אנקעטעס ווייזן אז מער און מער אמעריקאנער גלייבן אין די עקזיסטענץ פון יו-עף-או'ס, אין א לעצטיגע אנקעטע האבן 42 פראצענט געזאגט אז גלייבן אין די עקזיסטענס פון די יו-עף-או'ס, און 10 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז זיי האבן שוין גאר געזען א יו-עף-או מיט די אייגענע אויגן...
די פראצענט אמעריקאנער וואס גלייבן אז עס עקזעסטירן יו-עף-או'ס זענען געשטיגן דאפעלט פון בערך צוואנציג יאר צוריק, ווען נישט מער ווי בערך 20 פראצענט האבן אזוי געגעלייבט.
דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן "מי שיש לו אמונה חייו חיים" דאס מיינט אז א מענטש מוז האבן אמונה כדי צו לעבן, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אמונה אין אויבערשטן, און מיר גלייבן אז ער פירט די וועלט און געבט אכטונג אויף אונז יעדע רגע, ער ווייסט פונקטליך וואס מיר גייען דורך, און הערט אויס און העלפט אונז מיט אלעס וואס מיר דארפן.
להבדיל די אומות העולם זינקען אין תאוות און אין שמוץ אלץ טיפער און טיפער אין שאול תחתית, און כדי צו קענען אראפווארפן פון זיך יעדע עול פון מאראל און אנושית קריכן זיי אלץ מער און מער צו לינקס. אין די צייט וואס ביז נישט לאנג צוריק האט יעדע גוי געגלייבט אין בורא כל עולמים - טאקע נישט אויף דעם פארנעם פון להבדיל א איד - אבער ווען א גוי גייט דורך א שרעקליכע טראגעדיע דערמאנען זי זיי זיך אז "אין גאַד ווי טראָסט", צום ביישפיל נאך 9/11 האט דער דעמאלסדיגער פרעזידענט דזשארדזש בוש זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דעם גאנצן קאפיטל "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסור" אין ענגליש, ווי ער האט מחזק געווען דאס אמעריקאנער פאלק אז "גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי", און געזאגט אז "גאט איז מיט אונז אין די שווערסטע אומשטענדן..."
אין די שמוציגע גאס דארפן זיי אבער טרעפן א ציל אין לעבן, זיי מוזן גלייבן אין עפעס צו האבן אויף וואס צו לעבן, קומען זיי אויף מיט אלע מיני אמונות טפילות, גלאובעל ווארעמינג, ענימל רייטס, יו-עף-או'ס און כל מיני קאנספיראציעס און טעאריעס וואס געבט זיי א לעבן פון חיי שעה, און האלט זיי אויף ביזן נעקסטן דמיון און נביא שקר וואס קומט ארויף אויף די מידיע און שרייט אז ביז פינף יאר ארום ווערט די וועלט חרוב אויב מען טוט נישט זיין מעכטיגע עצה...
ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום