די אמעריקאנער רעגירונג ענדיגט די פראדוקציע פון פעניס
כב חשון תשפ"ו 📝
אין א שטילע אבער היסטארישע מאמענט אין די יו.עס. מינט אין פילאדעלפיע, האט מען די וואך פראדוצירט דעם לעצטן פעקל פון איין-צענט מטבעות, און דערמיט האט זיך געענדיגט א 235-יעריגער קאפיטל אין אמעריקאנער וואלוטע. די באשלוס איז געקומען נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט געהייסן דעם טרעזשורי דעפארטמענט אויפצוהערן פראדוצירן פעניס, באטראכטנדיג עס אלס א טייערע איבערבלייבעניש פון א פארגאנגענער תקופה.
אין די לעצטע יארן איז די פרייז צו פראדוצירן דער פעני ארויף זייער שטארק, און עס האט שוין געקאסט כמעט צענט צו פראדוצירן איין צענט. די אמעריקאנער רעגירונג האט יערליך אויסגעגעבן מיליאנען אויף מטבעות וואס מען האט כמעט נישט גענוצט, און עס האט שוין מער נישט געמאכט קיין "סענטס" עס ווייטער אנצוהאלטן... בפרט היינט אז רוב געלט טראנזאקציעס ווערן דורכגעפירט דיגיטאל, האט די פשוט'ע קופערנע מטבע שוין לאנג פארלוירן איר ראלע אין פראקטישן טעגליכן באנוץ.
אויפן טאג-טעגליכן לעבן מיינט עס נישט קיין גרויסע זאכן, ווייל פעניס וועלן בלייבן לעגאלע געלט, אבער געשעפטן וועלן מער נישט שרייבן קענען די באקאנטע $1.99 פרייזן, נאר וועלן מוזן טוישן אזא פרייז צו $2 אדער $1.95. יעדע סך הכל פון די בילס וועלן דארפן ווערן גערונדעט צום נאנטסטן פינף צענט.
אבער פון דער אנדערער זייט געבט עס אונז אסאך צו טראכטן. ווייל דאס דערמאנט אונז עפעס וואס איז גרינג צו פארגעסן. די וועלט מאכט אונז טראכטן כאילו די מערסטע ווערטפולע זאך איז "געלט", בשעת געלט קומט און געלט גייט, און ווי רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "אדער גייט דער מענטש אוועק פון זיין געלט, אדער דאס געלט פונעם מענטש".
אבער דער אמת'ער מטבע, למשל צדקה, אדער יעדע אנדערע זאך וואס מען טוט פארן אויבערשטן, די סארט וואלוטע גייט קיינמאל נישט ארויס פון באנוץ. דאס דארף מען נישט ראונדן. דארט האט יעדע פרוטה דעם פולן ווערט, נאך מער, דער ווערט איז געוואנדן לויט ווי שווער עס קומט אן. פאר דעם כעס'ן איז דער ווערט פון שווייגן אסאך העכער, פאר דעם נייגעריגן איז דער ווערט פון זיך איינהאלטן פון קוקן, פון הערן אסאך מער ווערט.
יעצט איז די ריכטיגע צייט אנצוהייבן אוועקלייגן די זעלטענע מטבעות וואס וועלן קיינמאל מער נישט פראדוצירט ווערן. מומחים זאגן אז דער ווערט פון די פרוטות וועט זייער שטארק ארויפגיין. מיר רעדן דא נישט פון די רויטע פעניס. מיר רעדן דא פון די קליינע מצוה'לעך - וואס מיר קוקן דא אן ווי פעניס. אבער אויב מען אינוועסט יעצט דערין, מען זאגט א גוט ווארט פאר איינעם, מען גייט אריין אין בית המדרש כאפן א מנחה אין א ווינטערדיגן טאג, זענען די סטאקס פון די מצוה'לע דארט גאר הויך. עס איז ווערט אלע געלטער!