ווי ערווארטעט, טוט דער נייער פרעזידענט כסדר זיכער מאכן אז ער איז אין די נייעס, אין די געציילטע טעג וואס ער איז אין אפיס, האט ער שוין באוויזן צו ארויסנעמען די מידיע פון די כלים אזויפיל מאל.
 
בפרט האט זיך טראמפ מיט זיין "גרעניץ צאר" פארלייגט אויף צו פארשפארן די גרענצין, אפשטעלן אומלעגאלע אימיגראציע, און זיך אפגעבן מיט די אלע וואס זענען דא אומלעגאל. די פעדעראלע "אייס אגענטור" האט שוין געמאכט פילע אבלאוועס אויף צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראנטן האלטן זיך אויף, און א דין קדימה צו ווערן פארשיקט ווערט געגעבן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן.
 
איינע פון קאנטראוועסיאלע זאכן וואס טראמפ האט געמאלדן אין באצוג צו די אימיגראנטן איז אפשטעלן די לאנג יעריגע "געבורט רעכטן" וואס אמעריקע פלעגט אייביג געבן. דאס מיינט אז א קינד וואס ווערט געבוירן אין אמעריקע ווערט אויטאמאטיש א בירגער, וואס זייער אסאך ווייסן נישט, איז אמעריקע פון די געציילטע לענדער אין די וועלט וואס געבן נאך היינט צו טאגס אזא רעכט. אין רוב לענדער דארפן כאטש איינע פון די עלטערן זיין א בירגער, אז דאס קינד זאל אויך ווערן א בירגער.
 
דער עקזעקוטיווע באפעל וואס טראמפ האט געשריבן אפצושטעלן "געבורט רעכטן" האט שוין געברענגט געריכט קלאגעס, וואס טענה'ן אז לויט ווי מען האט ביז יעצט אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע, ווערט יעדער מענטש געבוירן אין אמעריקע א בירגער.
 
טראמפ האט אויך געמאלדן אז ער פארארדענט זיין יוסטיץ דעפארטמענט מען זאל צוגרייטן דעם ריזיגן לאגער וואס אמעריקע פארמאגט אין גואטאמאנע בעי אין קובא, עס זאל דינען אלץ א שעלטער פאר דרייסיג טויזענט שעדליכע אימגראנטן, וואס ער וויל דארט האלטן.
 
אזוי האט האט ער געמאלדן אז יעדע אויסלענדישע סטודענט וועלכע שטיצט כאמאס וועט פארלירן זיין וויזע, און וועט פארשיקט ווערן פון אמעריקע.
 
די אלע אימיגראנטן האבן אינוועסטירט גרויסע כחות אנצוקומען קיין אמעריקע, און האבן געארבעט שווער און געטריי, צו פרובירן אנוצקומען צום אמריקאנעם חלום, אבער אלעס האט זיך זיי אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז. מיר דארפן געדענקען זיך נישט צו לאזן ארייננארן אינעם זאק פונעם יצר הרע וואס פרובירט אונז איינצורעדן אז מען קען אנקומען און כאפן עולם הזה, ווייל איין טאג וועלן מיר אלעס דארפן איבערלאזן, מען וועט אונז נישט פרעגן צי מיר זענען גרייט, ווייל מען דארף זיך פאקן פעק און צוריק גיין צום אויבערשטן. און אויף דעם דארפן מיר לייגן אונזער דגוש, אז אונזערע פעק זאלן זיין גרייט מיט סחורה וואס מען לאזט דורך יענע גרעניץ, דארט קען מען נישט מיטנעמען קיין קאר, קיין הויז, קיין ביזנעס, קיין באנק אקואנט, דארט לאזט מען דורך שלום בית, משניות, מקוה, מנין.