די אמעריקע-איראן מלחמה האט ווידער אויפגעפלאקערט די וואך, און די קורצע שטילקייט צווישן ביידע לענדער איז איבערגעריסן געווארן. בלויז עטליכע וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט שטאלצירט מיט זיין צייטווייליגן אפמאך און פארשפראכן ווייטערדיגע פארהאנדלונגען, זענען די שווערדן ווידער ארויסגענומען געווארן פון די שיידלען, און ביידע זייטן האבן זיך ווידער פארמאסטן אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע מיט אויפגעבלאזענע מוסקלען.
 
וואס האט יעצט פאסירט? אמעריקאנער קרעפטן האבן דורכגעפירט אטאקעס קעגן איראנער צילן, נאכדעם וואס איראן האט באשאסן שיפן אין דעם סטרעיט פון הורמוז – דער וויכטיגער שיף-וועג צווישן איראן, אמאן און די אנדערע אראבישע לענדער. די מצב אין מיטל מזרח איז ווידער געווארן געשפאנט, די אויל-פרייזן האבן זיך ווייטער געהויבן, און די שכנות'דיגע לענדער זענען אנגעצויגן, נישט וויסנדיג וואס דער מארגן וועט ברענגען.
 
אויף שאלות פון רעפארטער האט פרעזידענט טראמפ זיך גאר שארף אויסגעדרוקט. ער האט געזאגט אז דער צייטווייליגער אפמאך איז "פארביי", און ער האלט אז עס האט נישט קיין פשט ווייטער צו פארהאנדלען מיט די איראנער פירערשאפט וואס איז גענצליך "משוגע". ער האט אפילו אנגעדייטעט אז אמעריקע וועט נאכאמאל דורכפירן אטאקעס אויב עס וועט אויספעלן.
 
עס איז אינטערעסאנט צו זען ווי שנעל זאכן טוישן זיך; דער מצב איז ממש א "ראלער קאוסטער", שלום און מלחמה אהין און צוריק, ממש פון איין מינוט צום צווייטן. דאס איז וויבאלד די צוויי זייטן זענען נישט באמת אינטערעסירט אין שלום. מען וויל שלום, אבער נאר אויב זאכן גייען פונקטליך ווי "איך" וויל, און ווען מען מיינט עס נישט מיט אן אמת, קען עס זיך נישט האלטן.
 
די משנה זאגט אונז אז אהבה וואס איז תלוי בדבר קען זיך נישט האלטן, נאר אהבה שאינה תלויה בדבר קען זיך האלטן. אויב מיר רעדן שיין אינדערהיים מיט דער ווייב נאר ווייל מיר ווילן עפעס פון איר, איז דאס נישט קיין אהבה, דאס איז "סעלפישקייט" – איך האב "מיך" ליב, און דערפאר פיר איך זיך אויף שיין. דער ראש ישיבה האט אמאל מסביר געווען אז אמת'ע ליבשאפט מיינט ארויסצוגיין פון וועג און טון עפעס וואס "איך האב נישט ליב", נאר כדי יענעם פרייליך צו מאכן.
 
אונזער ארבעט איז צו פרייליך מאכן די ווייב, און אויב מיר וועלן עס טון לשם שמים, וועט עס זיין סופה להתקיים, און דאס איז אמת'ע אהבה און אמת'ע שלום.
 
עס איז א שאד אריינצוטראכטן וואס האט טראמפ געמיינט ביים אנפאנג אדער וואס ער טראכט יעצט, מיר וועלן נישט אנקומען אין ערגעץ מיט דעם. מיר קענען אבער יא טראכטן וואו מיר שטייען אויף דער וועלט: וואס קען איך היינט טון צו מאכן מיין ווייב פרייליך? דאס וועט אונז ברענגען אייביגע רווחים.



פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.