יעצט קומט פאר אין מאנהעטן די 81'סטע יערליכע גענעראל-פארזאמלונג פון די יונייטעד נעישאנס, וואו פארשטייער פון רוב לענדער האבן די געלעגנהייט זיך אויסצובלאזן איינער אויפן צווייטן, צו פראטעסטירן קעגן עוולות און צו "פארלאנגען גערעכטיגקייט" פון דער וועלט.
 
בשעת די פארשטייער פון די לענדער קומען זיך צוזאם, קומען שוין בדרך אגב פאר פארשידענע מיטינגען צווישן די לענדער, און אזוי אויך ווערן געשלאסן און אונטערגעשריבן פארשידענע אפמאכן. איינער פון די מער אינטערעסאנטע אפמאכן וואס איז דאס מאל אונטערגעשריבן געווארן, איז א נייער זיכערהייט-אפמאך צווישן אמעריקע, דענמארק און גרינלאנד.
 
טראמפ האט אין דער פארגאנגעהייט שארף פארלאנגט אז דאס ריזיגע ליידיגע גרינלאנד זאל גענצליך אריבערגיין אונטער אמעריקע, וואס וועט עס ארייננעמען אלס א סטעיט, טענה'נדיג אז אויב נישט וועט זיך א צווייטע גרויסמאכט ווי כינע אדער רוסלאנד אהין רוקן און פארכאפן די קאנטראל פון דעם וויכטיגן שטח.
 
עס זענען דא מענטשן וואס האבן א פאביע פון ווערן "פארכאפט". ווען מען רעדט פון ברסלב, הייבן זיי אן צו ציטערן: "אוי, ברסלב וועט מיר פארכאפן, מען דארף אכטונג געבן..." דער ראש ישיבה שליט"א זאגט דערויף אז עס וועט דיר גארנישט נוצן, איינער וועט דיר סיי ווי פארכאפן.
 
פארשידענע גרויסמאכטן האבן שוין געלייגט אן אויג אויף דיר: עס קען זיין אז א טעראפיסט וועט דיר פארכאפן און דיר נעבעך איינרעדן צו "שטיין אויף דיינע רעכטן", אדער ווער ווייסט צי עפעס א "געזונט-ניסל" וועט דיר פארכאפן אין זיין נעץ און דו וועסט נעבעך אויסגעבן דיין גאנצן פארמעגן אויף אוילן, מינעראלן און "עכטע" נאטורליכע עסנווארג. דאס איז נאך גוט; וואס וועסטו אבער טון ווען דער סמארטפאון וועט דיר פארכאפן?
 
איז דען נישט בעסער צו גיין צו א צדיק און ווערן פארכאפט צום אויבערשטן? וואס וועט שוין זיין? סך הכל וועט ער דיר איבעררעדן "נישט" צו זיין גערעכט, נאר ענדערש זאלסטו מוותר זיין און איבערבעטן. ער וועט דיר אריינלייגן אין קאפ אז דער אויבערשטער און די תורה זענען יא זיס, און דו זאלסט געבן נאך איין שאנס פארן רבי'נס דרך הלימוד.
 
דער צדיק וועט דיר פארכאפן מיט אמונה; ער וועט דיר אזויפיל מאל אריינהאקן אין קאפ אז דער אויבערשטער געפינט זיך דא ביי דיר, מיט דיר און נעבן דיר, ביז פלוצלינג וועסטו זיך זען רעדן צום אויבערשטן.
 
עס זעט אויס אז דענמארק האט אויך געכאפט דעם קאנצעפט און האט איינגעזען אז צופיל גרויסע מאכטן האבן געלייגט אן אויג אויף גרינלאנד. כאטש דענמארק האט אין אנהייב אינגאנצן אפגעווארפן דעם אמעריקאנער פארלאנג איבער איבערנעמען גרינלאנד, זענען אבער אונטער די קוליסן פארגעקומען פארהאנדלונגען וואס זענען נעכטן געקומען לידי גמר.
 
אונטערן נייעם זיכערהייט-אפמאך וועט אמעריקע שטארק פארברייטערן איר מיליטערישע אנוועזנהייט אויף דעם ריזיגן ארקטישן אינזל. גרינלאנד וועט טאקע נישט ווערן א טייל פון אמעריקע; דער אפמאך אנערקענט דעם גרינלאנדישן פאלק'ס רעכט צו זעלבסטבאשטימונג.
 
וואס אמעריקע באקומט אבער איז א גאר ברייטע און לאנג-טערמיניגע זיכערהייט-פאזיציע: אמעריקאנער מיליטערישע איינריכטונגען קענען פארברייטערט און מאדערניזירט ווערן, און דער אפמאך שטעלט זיכער אז לענדער וואס זענען נישט אין נאטא זאלן נישט קענען אויפשטעלן מיליטערישע באזעס אדער באקומען א סטראטעגישע מיליטערישע אנוועזנהייט אויפן אינזל. צווישן אנדערע פלאנירט אמעריקע אויסצוברייטערן די עקזיסטירנדע אמעריקאנער באזע אין פיטופיק, און אויפצושטעלן נאך צוויי מיליטערישע איינריכטונגען: איינס אין נארסארסואק אין דרום גרינלאנד, און די צווייטע אין מעסטערסוויג אין מזרח פונעם אינזל.