מארגן מאנטאג פרשת וארא, למספרם יאנואר 20 2025 איז דער טאג וואס איז באשטמיט אז עס קומט אריין דער נייער אדמיניסטראציע, וועט טראמפ ווערט ווידער איינגעשוואוירן - דאס מאל אלץ 47'סטער פרעזידענט, און נעמט איבער די לייצעס פונעם יעצטיגן פרעזידענט ביידען.
 
אנדער ווי אכט יאר צוריק ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט צום ערשטן מאל, איז ער שוין נישט קיין נייער פנים אין וואשינגטאן, און מיט דעם אלעם זעט אויס ווי די מידיע פאלט פאר זיינע שטיקעס כאילו מען ווייסט נישט ווער ער איז. און די סיבה איז פשוט, זיי לעבן אויף סענזאציע, און טראמפ וואס פארשטייט דאס גוט, פיטערט זיי דערמיט טאג טעגליך.
 
שטעלט אייך פאר א צייטונג וואס זאגט אז אלעס איז גוט, די סענזאציע איז נישט ממש אזוי געפערליך, וואס ברענגען זיי צום טיש? די צייטונגען רייטן אויף די געפילן פון א מענטש, און מאכן שפירן די ליינער ווי זיי ראטעווען די וועלט מיט'ן ברענגען יעדן טאג "געפערליכע אויפדעקונען" וואס זענען ממש "פרעצעדענטלאז".
 
דערפאר איז גוט צו האלטן דעם קאפ גראד, און וויסן פון פאראויס, אז מען קען זיך רישן אז אין די קומענדיגע פיר יאר וועט יעדן טאג ארויסשפראצן סקאנדאלן, שרעקליכע סטעיטמענטס, ליעקס און טוויטס (כ'מיין טרוטס) איינס שרעקליכער פון צווייטן, אבער מען קען רואיג שלאפן, כך דרכם כסל למו, די צייטונגען טוען דאס זייעריגע, פרובירן צו פארפּאניקן און צו דערשרעקן זייערע ליינערס, און מיר וועלן טון אונזעריגע און וויסן אז דאנאלד טראמפ איז א בשר ודם וואס קען גארנישט טון אליינס, ער איז א פאפעט אין די הענט פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וויל זען צי מיר געדענקען אז ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעם, איבער אלעם, און מיט אלעם.
 
דער אויבערשטער האט נישט מיטגעשפילט מיט די פאמפע און טראסק וואס דער פרעזידענט האט געוואלט מאכן פאר זיך, דער אויבערשטער האט געשיקט קיין צפון אמעריקע א סיבירישע פראסט וואס וועט קומען פונקט אין די טעג פונעם איינשווערונגס צערעמאניע. דערפאר וועט דער צערעמאניע אפגעהאלטן ווערן אינעווייניג אינעם "קעפיטל" געביידע, אנשטאט פון דרויסן. דאס לעצטע מאל מען האט עס אפגעהאלטן אינעווייניג איז געווען מיט כמעט פערציג יאר צוריק, ווען ראנאלד רעיגען איז געווארן אייגעשוואוירן, און אויך דאן איז געווען זייער קאלט.
 
לב מלכים ושרים ביד ה'