וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט הערט מען איבער די מצב אין ארץ ישראל, מען רעדט איבער די סטראשערייען פון איראן, פון די פארדאמונגען פון די יו ען, און די שטיצע פון אמעריקע, אלע באריכטן איבער די צוגרייטונגען פון די ארמייען צו איינעמען עזה און מאכן סדר איין מאל פאר אלעמאל ביי די כאמאסניקעס און זיי אויסראטן.
 
דאס איז אין די זעלבע צייט וואס ביי די מלחמה וואס קומט פאר אין די אנדערע זייט וועלט צווישן רוסלאנד און אוקריינא טוט זיך אויך א וועלט, וויפיל האבן געהערט אז אין די לעצטע טעג - דאס קומט אויס בערך אין די זעלבע צייט וואס די מלחמה אין ארץ ישראל האט זיך אנגעפאנגען - האבן זיך געדאפעלט די צאל טרופן וואס אוקריינא האט באוויזן אומצוברענגען פון רוסלאנד, אין געווענליכע טעג פלעגן זיין בערך פיר הונדערט טויטע רוסישע סאלדאטן בעת ווען אין די לעצטע וואך האט זיך עס געהויבן צו בערך אכט הונדערט א טאג. ווען נישט וואס די שווערע צושטאנד אין ארץ ישראל וואלט עס לכאורה געווען העדליינס, אלע וואלטן גערעדט "האסט געהערט וואס אוקראינע האט לעצטענס באוויזן", און די מידיע וואלט געמאכט אנאליזן צי אוקראינע וועט עס יא קענען באווייזן, צי נישט, אויב דאס איז א באווייזן אז די "קאנטער-אפענסיווע" איז סוקסעספול, אדער איז נאר צוליב דאס און יענץ.
 
א ריפארטער האט אפילו אנגעפרעגט דעם אמעריקאנער פרעזידענט ביידען נאכדעם וואס ער האט געשיקט מיליטערישע הילף אויסצוראטן כאמאס און צוגעזאגט צו העלפן מיט אלעם וואס פעלט אויס צי אמעריקע איז נישט איבערגעשטרענגט מיט די מלחמה וואס זי שטיצט אין אוקריינא.
 
די סיבה פארוואס די אוקראינע נייעס ווערט אוועקגעשטופט טראץ וואס לויט די צאל טויטע וואלט עס געדארפט זיין אסאך א שטערקערע נייעס איז צוויי פאכיג, איינס ווייל אין ארץ ישראל וואוינען מיליאנען אידישע קינדער, און די נייעס איז נאנט צום הארץ, אלע האבן דארט קרובים און באקאנטע, און אידישע קינדער זארגן זיך איינע פארן צווייטן, אבער אויך איז דא נאך א סיבה, דאס איז צוליב וואס די מלחמה פון רוסלאנד איז אלטע אויסגעוועפטע נייעס, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט א נאטור אין מענטשן אז מען גלייכט נייעס, און ווען מען רעדט פון א זאך צו לאנג, פארלירט מען די געדולד דערצו.
 
דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף זיך "חידוש כמוני לא היה בעולם", די וועלט וואונדערט זיך אויף דעם אויסדרוק, במשך די דורות האבן מיר געהאט די הייליגע אבות, די שבטי קה, די נביאים, די שופטים, גאונים, ראשונים, צדיקים, פוסקים, און וואס מיינט דאס "לא היה בעולם", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס גייט ארויף אויף די מדת ההתחדשות. דער רבי איז געווען אזא חידוש אין התחדשות וואס אזאנס איז נאכנישט געווען אויף דער וועלט. דער רבי האט געמאכט טויזנטער התחלות יעדן טאג, ווייל דאס איז די שליסל מען "זאל נישט אלט ווערן".
 
דאס קענען מיר ארויסנעמען פון דעם וואס מען רעדט מער נישט פון אוקראינע, אז ווען מען לערנט די היייליגע תורה, מען הערט די עצות פון די צדיקים זאל מען טראכטן אז מען הערט עס יעצט צום ערשטן מאל, מען איז יעצט געוואר געווארן פון די זיסע עצה פון רעדן צום אויבערשטן, מען האט היינט צום ערשטן מאל געהערט אז דער אויבערשטער האט מיך ליב אפילו מיט אלע מיינע דורכפעלער, ברעיקינג ניוס: עס איז דא א וועג וויאזוי דו זאסלט קענען האבן שלום בית. מיט די עצה פון התחדשות קען מען זוכה זיין זיך צו האלטן ביים רבין און נישט אלט ווערן און ווערן נאכגעלאזט.
 
חידוש כמוני לא היה בעולם