נאכן אפרעכטן א פרייליכע שבת זכור, ווען מען האט זיך געפרייט מיטן הייליגן שבת און אויסגעמעקט דעם עמלק און מען האט ברוך השם נישט געהערט קיין נייעס, איז די היימישע וועלט אין חוץ לארץ געכאפט געווארן אין שאק נעכטן מוצאי שבת קודש, ווען מען האט געהערט אז אמעריקע מיט אירע אליאירטע האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיווע פולקאמע קריג קעגן דעם איסלאמישן רעפובליק פון איראן, שוין אנגעהויבן שבת קודש אינדערפרי. אויך איז געקומען באריכטן אז איראן האט צוריק געענטפערט מיט א כוואליע פון מיסילס, ראקעטן, און דראונס צו א רייע לענדער אינעם מיטל מזרח, אריינגערעכנט באזעס פון די פאראייניגטע שטאטן, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, סאודי אראביע, קאטאר, קואוועיט, ירדן, באכריין, אמאן, סיריע, און ציפערן. בפרט האט מען געהערט מיט זארג אז זיי שיקן פילע מיסילס קיין ארץ הקודש, ווי עס זענען שוין ליידער באריכטעט געווארן אומגעקומענע און פארוואונדעטע.
 
דא אין חוץ לארץ פאלן ברוך השם נישט קיין באמבעס, אבער דער שונא פרובירט צו שיקן באמבעס אויך דא. די אלע וואס זענען אריינגעטון אין די נייעס מוזן וויסן פונקטליך וואו עס פייפט, וואו עס פאלט א באמבע; אפילו ווען מען איז גענצליך אינדרויסן פון די מלחמה זאנע, אבער ביי זיי פליען מיסלס אין קאפ, און זיי קענען נעבעך אריינפאלן אין פאניק. דערפאר בעט מען יעדן איינעם אז מען זאל מתפלל זיין פאר אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש, זיי זאלן ארויסגיין פון דעם שווערן מצב אן קיין שום שאדנס נישט בגוף און נישט בממון, אזוי אויך אז מען זאל נישט אריינפאלן אין קיין פארלוירנקייט. מען זאל געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער היט אונז.
 
די צווייטע זאך איז וויכטיג, אז כאטש אלץ איז די נייעס זייער נישט גוט צו מיטהאלטן, עס קען אסאך שעדיגן, אבער בפרט אין אזא צייט ווען די נייעס שרייעט פאניק און פארלוירנקייט, איז עס נאך וויכטיגער אוועקצושטיין פון די אלע מידיע, אפילו די אידישע, כדי עס זאלן נישט פליען קיין באמבעס ביי אונז אין קאפ. מיר זאלן ווייטער אנגיין מיט אונזער עבודת ה', לערנען און דאווענען און זיך אפגעבן מיט אונזערע ווייבער און קינדער.
 
פון וואשינגטאן האט מען געמאלדן אז די אקציע איז געווארן אונטערגענומען אלס א פרי-עמטיוו שריט צו פארמיידן די געפאר פון האבן א באוואפנטע איראן, נאכדעם וואס זיי האבן נישט געוואלט מאכן קיין דיעל מיט אמעריקע אויפצוגעבן זייערע שווערע וואפנס.
 
גלייך אין די ערשטע אטאקעס פון דער מלחמה האבן די אליאירטע באמבעס געצילט אויף איראן'ס רעליגיעזע, רעגירונג און מיליטערישע פירער, און באריכטן באשטעטיגן טאקע דעם אומקום פון איראן'ס העכסטן רעליגיעזן פירער אַיאַטאלאַ עלי כאַמענעי, וואס האט גענצליך געטוישט דעם גאנצן בילד. אזוי אויך איז אומגעברענגט געווארן דער העכסטער מיליטערישער פירער פון דער רעוואלוציאנערער גוואַרדיע, דער איראנער פארטיידיגונגס מיניסטער, דער הויפט פון די איראנער מיליטער, צווישן בערך פערציג אנדערע הויכראנגיגע פירער פון איראן.
 
אין די יעצטיגע טעג פון פורים וועלן מיר צולייגן א דאנק פאר'ן אויבערשטן פאר'ן אומברענגען דעם המן פון איראן בתוך שאר כל צוררי היהודים, און אים לויבן און דאנקען אויף די פילע נסים וואס געשעען מיט אונז יעדע רגע און יעדע שעה, און מיר וועלן ווייטער מתפלל זיין אז ער זאל אפהיטן יעדן איד ברוחניות ובגשמיות.