פון: גרשון קרעמער
 
דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, מארקא רוביאו, האט לעצטנס פארעפנטליכט אן ארטיקל אין איינע פון די באקאנטע צייטונגען, וואו ער מעלדט איבער אן אגרעסיווע קאמפיין מצד די אמעריקאנער רעגירונג אונטער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אינגאנצן אונטערצוברענגען דעם אינטערנאציאנאלן קרימינאלן געריכט (די ICC) וואס געפינט זיך אין האג, האלאנד.
 
לויט ווי רוביאו טענה'ט, איז די ICC א סכנה פאר די אמעריקאנער זעלבסטשטענדיגקייט. די רעגירונג זאגט אז אונטער טראמפ האט די אדמיניסטראציע אנגענומען אן "אמעריקע פוירסט" מהלך, און אמעריקע מוז זיין אומאפהענגיג און זיך נישט לאזן דיקטירן דורך אויסלענדישע ריכטער איבער וויאזוי מיר פירן אונזערע מיליטערישע אדער גרעניץ ענינים. דער קאמפיין צילט אויך צו לייגן דרוק אויף אנדערע לענדער דורך דיפלאמאטישע מיטלען און מעגליך אויך דורך סאנקציעס, אז זיי זאלן אפצוהאקן זייער שטיצע פארן געריכט. "מיר דארפן קוקן אויף אונזערע אייגענע אינטרעסן און באשיצן אונזערע בירגער פון אריינגעשלעפט ווערן אין אינטערנאציאנאלע קאורטס," האט ער געזאגט.
 
פון אונזער זייט ווילן מיר אויסדרוקן אונזער פולקאמע סאלידאריטעט מיט'ן סעקרעטערי אוו סטעיט רוביאו. ער זאגט דאך אזוי פיין: "לאמיר פארמאכן דעם קאורט, אויפהערן צו משפט'ן אנדערע, און לייגן דעם פאקוס אויף זיך אליין." דאס איז דאך ממש וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז.
 
די משנה לערנט אונז "הוי דן את כל אדם לכף זכות", אז מ'דארף יעדן איד דן זיין לזכות און קוקן אויף א צווייטן מיט א גוט אויג. אבער פון די אנדערע זייט זאגט די משנה "אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו", אז מ'זאל בכלל נישט פראבירן צו משפט'ן א צווייטן. דא שטעלט זיך א שטארקע שאלה: דארף מען יא דן זיין א צווייטן — נאר טאקע אויף א גוטן אופן — אדער זאל מען בכלל נישט אריינגיין אין דעם ענין פון משפט'ן א צווייטן?
 
מ'קען אפשר זאגן אז ביידע זענען אמת. קודם כל, לאמיר פארמאכן דעם "שאפ". מיר גייען ארויסהענגען א גרויסן סיין אויף אונזער קאורט און זאגן פאר יעדן איינעם וואס קומט אונז בעטן מיר זאלן זאגן א דעה אויף א צווייטן, אז דער "אינטערנאציאנאלער געריכט" איז פארמאכט. דער ריכטער איז פארנומען מיט וויכטיגערע ענינים; ער דזשאדזשט זיך אליין. איך קוק אויף מיר אליין צו זען אויב ביי מיר איז אלעס מסודר.
 
אבער ווען עס קומט צו די מענטשן וואס זענען אנגעוויזן אויף אונז — ווי למשל א מלמד אדער א טיטשער צו די תלמידים, א מאן און ווייב צווישן זיך, אדער עלטערן צו זייערע קינדער — דארט מוז מען יא ניצן די כלי פון קוקן מיט א גוט אויג.
 
מען דארף געדענקען אז נישט יעדעס ווארט איז גלייך 'חוצפה', און נישט יעדע מיסטעיק מיינט אז עס איז שלעכט. אויב מיר וועלן אנקוקן אונזערע קינדער מיט א פאזיטיוון בליק, וועלן מיר זיי קענען מחיה זיין און אויפהייבן, כדי זיי זאלן קענען אויפוואקסן ערליכע און געזונטע קינדער בס"ד.
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.