אמעריקע צייכנט אפ 250 יאר זעלבסטשטענדיגקייט
כ תמוז תשפ"ו 📝
נעכטן שבת קודש האט מען איבער גאנץ אמעריקע אפגעצייכנט די באקאנטע "דזשוליי 4" חגא. דאס יאר זענען פארגעקומען ספעציעלע גרויסע פייערונגען און פראכטפולע צערעמאניעס, היות מען צייכענט אפ גאנצע 250 יאר זינט יענעם היסטארישן 4'טן יולי 1776, ווען מען האט דערקלערט די זעלבסטשטענדיגקייט פונעם ענגלישן קעניגרייך.
עס איז אבער אינטערעסאנט צו באמערקן, אז למעשה איז אמעריקע נישט געווארן פאקטיש זעלבסטשטענדיג מיט 250 יאר צוריק; מען האט דעמאלטס בלויז "דערקלערט" זעלבסטשטענדיגקייט. עס האט נאכדעם געדויערט א שיינע פאר יאר פון שווערע מלחמות ביז זיי זענען טאקע געווארן אינגאנצן באפרייט פונעם ענגלישן יאך.
דאס לערנט אונז א געוואלדיגן יסוד אין אידישקייט: אפילו אויב דו פילסט זיך נאך פארשקלאפט צום ס"מ, ער האלט דיך ביים קארג און לאזט דיך נישט אפ, דאך טייערער ברודער, ביסטו שוין זעלבסטשטענדיג!
איינמאל דו האסט דערקלערט מלחמה קעגן דעם ס"מ, ביסטו שוין זעלבסטשטענדיג. זעלבסטשטענדיגקייט מיינט נישט אז דו האסט שוין אינגאנצן געווינען; מען קען נאך האלטן אינמיטן גאר שווערע מלחמות, אבער אויב נאכדעם וואס מען פאלט אראפ שטעלט מען זיך צוריק אויף, איז דאס א סימן אז דו ביסט א צדיק.
דער עיקר איז, לאז נישט נאך פון דיין "דעקלאראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט"; זאג פארן באשעפער: "איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך געב נישט אויף!" – דאס איז די גרעסטע געווינס.
און אז מען רעדט שוין פון זעלבסטשטענדיגקייט, לאמיר עס נעמען למעשה: די אמעריקאנער פייערן יעצט צוויי הונדערט מיט פופציג יאר זעלבסטשטענדיגקייט. לאמיר טאקע זען אויב דו אליינס אין דיין לעבן קענסט זיין זעלבסטשטענדיג!
מיר האלטן יעצט זונטאג פרשת מטות-מסעי, וואס דאס איז די לענגסטע סדרה פונעם גאנצן יאר מיט 244 פסוקים. לאמיר זען צי דו קענסט פייערן צוויי הונדערט פופציג וואכן וואס דו האסט מעביר סדרה געווען שנים מקרא ואחד תרגום, אפילו ווען דער משגיח שטייט דיר נישט איבערן קאפ.
אין ישיבה אלס בחור האסטו אפשר מקפיד געווען צו מעביר סדרה פרייטאג נאכמיטאג זיין ווייל דער משגיח האט דיך געצווינגען און נישט געלאזט גיין עסן פרישטיג ביז מ'האט געענדיגט, אבער יעצט ווען דו ביסט שוין א יונגערמאן נאך די חתונה, שטיי אליינס אויף די פיס!
פארוואס זאלסטו ווארטן ביז פרייטאג, ווען נאר דו מיט'ן אויבערשטן ווייסן דעם אמת צי דו ביסט טאקע מעביר סדרה. קוק אריין אין שלחן ערוך: "מיום ראשון ואילך נקרא עם הצבור" – הייב אן מעביר סדרה צו זיין שוין פון היינט זונטאג. בפרט ווען מ'האט אזא לאנגע סדרה, איז כמעט נישט שייך איבערצולאזן דאס מעביר סדרה זיין אויף ביז פרייטאג.
אויסער דעם איז יעצט א געוואלדיגע געלעגנהייט זיך מיטצוכאפן מיט'ן באן: קומענדיגע וואך הייבט מען אן א נייעם חומש, ספר דברים. כאפ דיך מיט, דו וועסט קענען קומען ראש השנה קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן און זאגן מיט שטאלץ: "רבי, איך האב דיר געברענגט א מתנה לכבוד יום טוב, איך האב מעביר סדרה געווען גאנץ ספר דברים!" וואס דאס איז איז די בעסטע הכנה צו די הייליגע ימים נוראים הבעל"ט.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.