אמעריקע אין שפאנונג צום בעפארשטיינעדע היסטארישע ליקוי החמה
כה אדר ב' תשפ"ד 📝
קומענדיגע וואך מאנטאג וועלן זיך מיליאנען אין פילע שטאטן פון אמעריקע מעקסיקא און קאנאנדע פארזאמלען אין די גאסן צו בייוואוינען דעם זעלטענעם ליקוי החמה, ווי דער זון וואס איז איז ריזיג גרויס מען שאצט אז מען וואלט געדארפט א שטריק פון בערך דריי מיליאן מייל (4.5 מיליאן קילאמעטער) לאנג ארום צו נעמען די זון, וועט באדעקט ווערן דורך די לבנה וואס איז נישט מער פון בערך זיבן טויזענט מייל (עלף טויזענט) די ארומקרייז.
אין די בערך צוויי שעה פארן די מאסימום (יעדע שטאט אן אנדערע צייט) וועט מען זען ווי עפעס "בייסט" אריין אין די זון, און די בייס ווערט גרעסער און גרעסער ביזן מאסימום, און דערנאך ווי דער זון דער "בייס" הייבט און "ארויסצופארן" פון די צווייטע זייט.
אלע עקספערטן ווארענען אן אז חלילה צו קוקן מיט די אויג דירעקט אויף די זון, ווייל די זון איז אזוי שטארק אז אפילו נאר אביסל קוקן דערויף קען חלילה קאליע מאכן די ראי' זייער שטארק. דאס איז א פאסיגע דערמאנונג פאר אידישע קינדער ווי שטארק מיר דארפן היטן די אויגן, און בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זיך קענען שטארקן אויף די נסיונות פונעם זומער הבעל"ט, אז עס זאל דורכגיין אן קיין שום מכשול ח"ו.
עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען ווי אזא "קליינע" זאך ווי די לבנה קען באדעקן און פארשטעלן דעם גאנצן ריזיגן מעכטיגן זון. וואס דערמאנט אונז וואס דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט דער וואונדער ווי די קליינע האנט קען פארדעקן דעם גרויסן ליכטיגקייט, זער זון קען שיינען און ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט, אבער אויב איינער לייגט זיין הענט נעבן די אויגן, וועט אים זיין טונקל. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז דאס גייט ארויף ווי דער רבי קען ליכטיג מאכן און אויפלעבן די גאנצע וועלט, אידן קומען צום צדיק און מען הערט די לעכטיגע דיבורים מען באשלוסט אז מען גייט נאכאמאל מאכן א פרישע התחלה, וואס איז געווען איז געווען, מען הייבט אן צו גלייבן אין די גרויסע רחמנות פונעם אויבערשטן וואס ווארט אויף אונז, אפילו עס איז דורך וואס איז דורך. אבער מען קומט ארויס, און א לץ געט א קליינע מאך מיט די הענט, "דו ביסט געווען ביי זיי? ביסט דאך א נארמאלע מענטש" און אויב די מענטש לאזט די האנט די ליצנות נעבן זיינע אויגן ווערט אים נעבעך טונקל. ער פאלט צוריק אריין אין זיין חשכות ר"ל.
פילע עספערטן האבן געפלאנט צו פארן צו די שטאטן נענטער צו מעקסיקא ווייל דארט דארף ענדערש זיין א גוטע וועטער אן קיין וואלקענעס, קעגן דא ניו יארק וואס איז די צייט פון יאר אפריל געווענליך מער פארוואלקענט און רעגענדיג (עס האט טאקע אביסל גערעגענט די וואך דא אין ניו יארק...). אבער דער אויבערשטער פירט זיין וועלט, און די שטאטן ווי טעקסאס זעט אויס וועלן זיין אויסגעשפילט דאס מאל, ווייל דארט ווערט ערווארטעט צו זיין גענצליך פארוואלקענט און שטארק רעגנדיג אויף קומענדיגע מאנטאג, און אידישע קינדער האבן געפויעלט ביים אויבערשטן אז דא אין ניו יארק ווי עס זעט אויס וועט זיין א שיינע וועטער און א שיינע זון.
משנה עתים ומחליף את הזמנים
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.