אמעריקע'ס חובות פאר כינע
כ אלול תשפ"ד 📝
שאלה: איך וואונדער מיר איבער די פינאנציעלע ווירטשאפט צווישן אמעריקע און כינע (טשיינע):
1. איז עס אמת אז אמעריקע איז שולדיג טריליאנען פאר כינע, אויב יא פארוואס? 2. פארוואס האט נישט אמעריקע גענוג געלט צו דעקן אירע הוצאות בשעת כינע האט יא?
3. אויב אמעריקע האט נישט גענוג צו דעקן איר הוצאות, פארוואס געבט זי אויס אזויפיל?
ענטפער, קודם לאמיר קלאר מאכן פון וויפיל מען רעדט, היינט צו טאגס איז אמעריקע שולדיג פאר כינע כמעט א טריליאן דאלער, צו האבן א השגה ווי סאך דאס איז: אויב אנשי חיל וועט מאכן "יעדן טאג" א פרישע טשערידי קאמפיין אויפצוטרייבן מיליאן דאלער פאר צדקה, וועט עס נעמען בערך 3 גאנצע יאר אנצוקומען צו א טריליאן דאלער.
אמעריקע האט אבער אסאך מער חובות ווי דאס. בסך הכל האט אמעריקע בערך 35 טריליאן (35,000,000,000) דאלער חובות, די חובות פאר כינע איז נישט מער ווי בערך 3 פראצענט דערפון. זיבעציג פראצענט פון די חובות איז אמעריקע שולדיג פאר זיך אליינס. יא, איר האט גוט געליינט, אמעריקע בארגט פון איין טאש, צו די אנדערע. אין דעם איז אריינגערעכעט, חובות וואס די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג פאר די פעדעראלע רעזערוו, די סאשעל סעקיוריטי טראסט פאנד, און אמעריקאנע פירמעס און אינסטיטוציעס. די איבעריגע איז אמעריקע שוליג פאר אנדערע אויסלענדישע אינוועסטירער, רעגירונגען און בענק.
די אמעריקאנע פאליטיק לאזט נישט אמעריקע פירן א באלאנצירטע בודזשעט, ביידע פארטייען זענען מודה אז מען דארף אויסגעבן געלט אחריות'דיג, אבער "מיין" געלט זאלסטו חלילה נישט שניידן... דערפאר לעבט אמעריקע ווי א געספוילטע קינד וואס דער טאטע געבט אים יעדע זאך וואס גלוסט אים, איי עס איז נישטא קיין געלט, וועט מען נוצן דעם "קרעדיט קארד", אין אונזער פאל איז עס "באנדס".
די רעגירונג שטעלט כסדר ארויס אזא צעטל וואס דארט שטייט אז "אמעריקע איז שולידיג כך וכך פאר דער וואס האלט דעם שטר". די באנדס שטעלט די אמעריקאנער רעגירונג ארויס צום פארקויפן כסדר, און זאגט צו א סכום געלט ריבית במשך די צייט וואס זי האט דעם חוב. כינע קויפט כסדר באנדס פון פרעמדע לענדער כדי צו עררייכן דערמיט איינפלוס אויף אויסלענדישע רעגירונגען.
די כינעזע רעגירונג וואס ווערט געפירט דורך איין פארטיי - די קאמוניסטישע פארטיי - פרעגט נישט זייערע בירגער וואס צו טון, און דערפאר קענען זיי זיך ערלויבן צו איינקויפן אויסלענדישע חובות דורך די געלט וואס עס קומט זיי אריין פון די פילע פאבריקן וואס פראדוצירן סחורה פאר גאר ביליג און ווערט צוכאפט דורך די גאנצע וועלט.
אז מען האט שוין דערמאנט דעם אנשי חיל קאמפיין, דארף מען דערמאנען אנשי שלומינו אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל מאכן א פרישע גאול, און כאטש מען האט ב"ה דערגרייכט צום סוף דער מיליאן דאלער, האט דער ראש ישיבה שליט"א זייער געבעטן אז מען זאל זיך אנשטרענגען און זיך ווידער אונטערנעמען א ציל. מען קען נישט בעטן יעדעם צו נעמען דעם זעלבן סכום, נישט יעדער איז אייניג, אבער יעדער זאל אויפטרייבן די מערסטע מינוטן א יעדן טאג צו זיין פרייליך. עס קומט יעצט א נייע יאר, זאל מען זען אז לכל הפחות "איין מינוט" יעדן טאג זאל מען זיין פרייליך, מען זאל ארויפקוקן צום הימל און זאגן פאר'ן אויבערשטן א "ישר כח פאר מיין לעבן". און ווער עס קען זאל צולייגן נאך א מינוט דא, און נאך א מינוט דארט, און מיט דעם וועט מען דערגרייכן גאר הויך. דער אר"י הקדוש האט עדות געזאגט אויף זיך, אז ער איז נישט צוגעקומען צו זיינע מדרגות נאר דורך דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט יעדע מצוה ווי ער וואלט ווען פארדינט כל הון דעלמא.
וועגן די חובות פון אמעריקע, דארף מען זיך נישט זארגן, מען קען ווייטער לערנען און דאווענען, און דער אויבערשטער נעמט שוין זייער גוט קעיר אז די עקאנאמיע זאל פארן גוט, און עס זאל נישט קומען קיין רעסיסע, נישט קיין אינפלעישאן, און נישט קיין קראך.
תחל שנה וברכתיה
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.