אנגעהויבן די ארבעט צו ברענגען שטאטישע וואסער צום קאמפלעקס אין אומאן
יא תמוז תשפ"ו 📝
אומאן - דער הייליגער ציון וואו דער הייליגער רבי האט אויסגעוועלט צו ליגן - איז א פלאץ וואס ברענגט ארויף שטארקע געגועים יעדעס מאל מ'דערמאנט נאר דעם נאמען פון די שטאט. מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די גרויסע תיקונים וואס דער רבי טוט דארט מיט אונז, מיר פאלגן נאר דעם רבי'ן מיט א תמימות און פשיטות. אבער יעדער איד וואס האט נאר אמאל געהאט די זכיה צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה דארף שוין אפילו נישט קיין ראיות; מ'שפירט ממש ווי מ'קומט ארויס נאך ראש השנה מיט א פרישע התחדשות. "אני נהר המטהר מכל הכתמים", דער רבי וואשט אונז אפ, און מ'באקומט פרישע כוחות צו קענען לעבן מיט אמונה און שפירן דעם אויבערשטן.
אז מ'קומט צום רבי'ן, דארף מען דאך האבן אלע גשמיות'דיגע הצטרכות'ער אויכעט. דער רבי האט זיך טאקע אויסגעדרוקט: "יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געשלאפן, נישט געשלאפן, אבער צו מיר דארף מען קומען אויף ראש השנה", אבער פונדעסטוועגן מעג מען דאך אויך מקיים זיין דעם "יא געגעסן, יא געשלאפן, יא געדאווענט". דערפאר זענען די עוסקים במלאכת הקודש פארנומען א גאנץ יאר אויפצובויען און אויפהאלטן דעם קאמפלעקס, און עס צו פארגרעסערן און פארבעסערן לויט'ן געברויך.
עס קומט יעצט אריין פרישע און פריידיגע נייעס פון די הנהלה פונעם אומאן בנין, אז מען האט זיך אונטערגענומען א מאסיווען נייעם פראיעקט וואס גייט אפקאסטן אסטראנאמישע סכומים – ארום א פערטל מיליאן דאלער – מיטן ציל צו ברענגען שטאטישע וואסער דירעקט צום בנין. ביז היינט צו טאגס האט זיך דער בנין באנוצט מיט אייגענע קוועלער (וואסער-פאמפס), א זאך וואס אליין האט שוין אפגעקאסט ריזיגע געלטער דורכאויס די יארן.
כדי צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון דעם שריט, דארף מען פארשטיין דעם מצב וואס האט געהערשט ביז יעצט און די שוועריקייטן וואס דאס האט מיטגעברענגט. ערשטנס, האבן די קוועלער נישט שטענדיג געקענט נאכקומען די נויטיגע קוואנטיטעט וואסער פארן עולם. יעדער געדענקט נאך די עגמת נפש אין די יארן ווען עס איז נישט געווען גענוג וואסער, וואס האט פאראורזאכט גרויסע שוועריקייטן.
די הנהלה לייגט צו, אז היות מען האלט יעצט ברוך השם אינמיטן בויען נאך א פרישן בנין, קען מען זיך מער נישט פארלאזן בלויז אויף די ביז-יעצטיגע קוועלער. און מיט א בליק אויף פאראויס איז קלאר אז זיך צו באהעפטן צום שטאטישן וואסער סיסטעם איז אן אבסאלוטער מוז.
די הנהלה מעלדט אז מען האט שוין געשיקט דעם דעפאזיט אנצוהייבן דעם פראיעקט. און מיר בעטן דעם אייבערשטן אז דער פרישער פראיעקט זאל זיך אויסארבעטן מיט מזל און ברכה, מען זאל עס קענען גרינג באצאלן, און עס זאל טאקע זיין דער ריכטיגער שריט צו האבן בעז"ה גענוג וואסער אויף ווייטער.
פאר קאמענטארן אדער שאלות קענט איר רופן אדער שיקן א טעקסט מעסעדזש צו 845-445-7447, אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.