נאכן חורבן הבית איז ארץ ישראל געווען פארלאזט פאר הונדערטער יארן, כמעט קיינער האט זיך נישט דארט געדרייט, אויסער וואנדערדיגע בעדואינער וועלכע פלעגן באזוכן די ארץ ישראל'דיגע מדבריות פון צייט צו צייט, איז עס געווען פוסט אין וויסט, און כאטש מען האט געוויסט אז דער הייליגער רבי שמעון ליגט אין מירון, האט אבער דער הייליגער אר"י הקדוש מגלה געווען וואו דער ציון איז. מיט די צייט האט מען אויפגעבויעט א בנין, און מען האט עס צוביסלעך פארגרעסערט לויטן געברויך ביז עס איז געווארן אויפן היינטיגן גרויסן פארנעם.
 
מיט די יארן אבער איז אבער פארגעסן געווארן וואו פונקטליך איז די פתח המערה. מען ווייסט אז ער ליגט דארט ערגעץ אינעם בנין. אבער וואו איז די פתח המערה? וואו ליגט ער. עס זענען דא ארגאניזאציעס וואס זענען גרייט פאר די ריכיטגע פרייז, פאר אכצן טויזענט דאלער וועלן זיי שטילערהייט צופירן אהין, די שאלה איז צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן. איז עס טאקע דארט וואו זיי זאגן?
 
עס איז באקאנט אז דער גרויסער בעל מקובל הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל וואס איז געווען דבוק ומקושר צום הייליגן רבי שמעון האט געוואוסט פונקטליך אוואו דאס געפונט זיך, אבער נישט געוואלט עס מגלה זיין פאר'ן המון עם. מען זאגט אז ער האט נישט געוואלט אז די מדינה זאל מאכן דערפון א מערת פריצים, און עס זאל פארשוועכט ווערן דער מקום קדוש. דער ראש ישיבה'ס זיידע הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצ"ל וואס איז אויך געווען שטארק מקושר מיטן הייליגן רבי שמעון, און פלעגט פארברענגען טעג און וואכן לערנענדיג נגלה און נסתר אינעם הייליגן ציון האט געהאט די זכי' צו מקבל זיין פון רבי אשר זעליג דער פונקטליכע פלאץ.
 
יעצט ווען די ישיבה מיט די תלמידים האבן זיך אריבערגעצויגן פאר א וואך קיין מירון אויף בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט נאכן דאווענען א שיעור פאר די בחורים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די בחורים אויב איינער וויל עפעס פרעגן, זאל מען פרעגן. די בחורים האבן זיך גענומען די מוט, און געבעטן דעם ראש ישיבה אז אזוי ווי זיי ווייסן אז זיין זיידע האט געוויסט דער פלאץ אפשר קען דער ראש ישיבה זיי מגלה זיין און זיי זאלן האבן די זכי' צו מתפלל זיין דארט ביים אריגינעלן פתח המערה.
 
דער ראש ישיבה האט קודם פרובירט אפצורעדן די בחורים, "עס איז א היבשע מהלך צו גיין פון דא דער קארלסבורגע הויף אין מירון ביז דארט, און עס איז זייער הייס" אבער די בחורים האבן נישט נאכגעלאזט, זיי ווילן נאכאלץ גיין. האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט "אבער מען האלט נאך פאר פרישטאג, עסט זענטס זיכער הונגעריג", דאס האט אויך נישט געהאלפן. די בחורים זאגן אז זיי זענען גרייט אויף אלעם, אבי מען זאל גיין.
 
דער ראש ישיבה האט צוגערופן די בחורים נענטער צו זיך און זיי געזאגט שטילערהייט "אויב אזוי וועל איך ענק מגלה זיין יעצט וואו דער עכטער פתח המערה איז, און עטס וועטס קענען גיין מתפלל זיין דארט און עטס וועט זיכער פועלן." דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אויף זיין מויל און זיי געזאגט "עטס זעטס, דא איז די פתח המערה, אויב מען עפנט די מויל און מען רעדט צום אויבערשטן, איז מען ביי די אויטענטישע פתח המערה, און מען קען מתפלל זיין בזכות דער היילגער רבי שמעון, און בזכות אלע צדיקים, אז מען זאל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, מען קען רעדן צום אויבערשטן אויפן פשוטן שפראך און זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס מען זוכה זיין בזה העולם, און מען וועט זיכער פולען אלע ישועות"
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז צו גיין צום פתח המערה קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, און מען דארף נישט מאכן קיין אפוינטמען. יעדע איד ווילאנג ער לעבט, און נישט קיין חילוק וואו אויף דער וועלט ער געפונט זיך, און וואס עס איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אים קען ער יעצט זוכה זיין דערצו. ער שטייט יעצט נעבן דעם פתח המערה, און ער קען יעצט אנהייבן צו רעדן. דער אויבערשטער ווארט צו הערן פון דיר.
 
מען קען הערן מער דעטאלן איבער דעם געוואלדיגן התגלות וואס דער ראש ישיבה האט מגלה געווען אויף די אינטערוויו אויף קול ברסלב מיט'ן מגיד שיעור הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א.