אין די לעצטיגע טעג איז אנטדעקט געווארן א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט ארויס קלאר זיין שטעלונג קעגן די ציונים און די צה"ל וועלכע ער רופט אן "ערב רב", אזוי אויך שרייבט מוהרא"ש זי"ע זיין קלארע מיינונג איבער דעם צו מען זאל זיך באטייליגן אין די בחירות, און דערנאך שרייבט מוהרא"ש זי"ע איבער גיין צו הפגנות קעגן די מדינה.
 
מיר וועלן דא ברענגען איבערגעטייטשע אויסצוגן און מאכן א שטיקל סך הכל פונעם בריוו, עס איז ראטזאם אז דער וואס קען לשון הקודש זאל ליינען מוהרא"ש'ס הייליגע לשון אליינס.
 
מוהרא"ש שרייבט דעם בריוו צו א איד וואס איז פארכאפט געווארן אין די צה"ל, און מוהרא"ש וויינט מיט מיט אים ווי ער דארף זיין אויף די פראנט ליניעס ווי ער מוז רחמנא ליצלן מחלל זיין שבת.
 
מוהרא"ש גייט אריין אין זאגן אז איידער משיח וועט קומען וועט ארץ ישראל זיין אין די הענט פון די עירוב רב, וואס כאטש אויבערפלעכליך זעט עס אויס ווי זיי בויען אויף ארץ ישראל, אבער אידן וועלן זיין אין א גלות שווערער פון אלע פריערדיגע גלות'ער, ווייל זיי רייסן אויס די גאנצע תורה רח"ל, "וואויל איז דער וואס האלט זיך ביי די אמונה" שרייבט מוהרא"ש.
 
אפילו די תנאים און אמוראים האבן שוין געשריבן אויף דעם דור "ייתי ולא אחמיניה", - "משיח זאל שוין קומען, אבער מיר ווילן נישט זיין אין יענע צייטן", אין די גמרא - שרייבט מוהרא"ש - איז נתקיים געווארן היינט ווען די זינדיגע ציונים זענען ארויס אין א קאמף מיט כביכול, און האבן געהאט א חלק אינעם חורבן אייראפע כידוע ווי זיי האבן נישט געלאזט ראטעווען, און יעצט טוען זיי אלעס מיטן ציל צו געוועלטיגן אויף אידישע קינדער, און מעשי שטן הצליח, זיי האבן מעביר געווען על הדת הונדערטער טויזנטער ספרדישע אידן, וואס האבן זיך געהאלטן פעסט הונדערטער יארן אין גלות, און יעצט אין ארץ ישראל גייט אויף זיי אריבער א רוחניות'דיגע וועלט מלחמה, אזוי אויך בגשמיות פילט מען אן די טורמעס פון זיי, און מען שיקט זיי אויף די פראנט ליניעס אויף סכנת נפשות גע'הרג'עט צו ווערן רח"ל. מוהרא"ש שרייבט 'איך וואלט געוואלט שרייבן אסאך מער, אבער מיין הארץ טוט מיר וויי, און איך הייב אן וויינען ווען איך זע וואס מיינע ברודער מאכן נעבעך מיט'.
 
מוהרא"ש שרייבט ווייטער: ווער עס קוקט אן די זאך אביעקטיוו, ער שליסט זיך נישט אן צו קיין שום פארטיי, ער איז נאר צוגעקלעבט צום אויבערשטן, זעט ער ווי אלעס איז איין שטיק בלאף, עס קומען די רשעים און זענען מטמא ארץ ישראל - "וויאזוי קען מען זיצן מיט זיי צוזאמען?" פרעגט מוהרא"ש. "וואויל איז דער וואס אנטלויפט און דרייט זיך ארויס פון זייער מיליטער, וואו דארט איז מען מתיר עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים בפרהסיא. דערפאר וואס האט אן ערליכע איד צו זיין פארמישט מיט זיי? און כל שכן גיין אנטייל נעמען אין די בחירות; וואס האבן מיר מיט זיי?".
 
מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיר געפונען זיך צווישן זיי אין א ביטערע גלות, אזא גלות וואס כלל ישראל האט נאך נישט געהאט זייט זי איז געווארן א פאלק, אז מ'זאל אויסרייסן דעם אויבערשטן נאמען אפענערהייט, מען איז מרבה ממזרים צווישן אידן, מען פילט אן ארץ ישראל מיט נבילות, טריפות, אייזלען פלייש, פערדן פלייש און קעמלען פלייש, מען איז מחלל שבת, מען מאכט חיטוטי שכבי אן קיין שום בושה, זאכן וואס יעדע נארמאלע פאלק ציטערט צו טון, ווי גראבן ארום דעם הר הבית, קברי תנאים ואמוראים, און אור אלטע אידישע קברים, און דאס אלעס טוט מען באהאלטן, און פארשטעלט וכו'.
 
זיי זענען מפקיר אידישע טעכטער, מען מאכט פון זיי זונות ממש, אויף דעם איז געבויעט דער קאנצעפט פון שירות לאומי (נאציאנאלע דינסט) אין צה"ל, און נישט בחנם האבן חז"ל געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור, און מען טאר נישט גיין אין מיליטער, ווייל דארט איז הפקר וועלט.
 
אזוי אויך איז רציחה און שפיכת דמים ביי זיי א וויץ, עס גייט זיי בכלל נישט אן די לעבנס פון אידישע קינדער, זיי קעירן נישט פאר די צובראכענע עלטערן. דאס איז נאר א טפה מן הים וואס מיר ליידן זיך צוזאם פון די עירוב רב, וואס האבן גורם געווען א שרעקליכע צומישעניש אפילו צווישן ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), ווייל אין די גרויסע צומישעניש מיינט יעדער אז מען קען נאך עפעס ראטעווען, בפרט אויב מען וועט זיצן אינאיינעם מיט זיי אין די כנסת המינים; אבער די פאקט איז אז נישט נאר וואס דאס האט נישט געהאלפן, נאר עס האט אסאך קאליע געמאכט אויף דורי דורות; ווייל אויב וואלט מען נישט אריין וואלטן זיי זיך מער גערעכנט מיט די ערליכע אידן, אויך וואלטן זיי זיך געשעמט פון די וועלט, ווייל דאס וואס די וועלט איז נאך אביסל מכבד אידישע קינדער איז עס נאר צוליב זייער דרך ארץ פאר די תורה, ווייל זיי מוזן מודה זיין אז ארץ ישראל געהערט פאר'ן עם הנבחר, ווי עס איז באקאנט אין די וועלט. אבער יעצט טוען זיי אלעס מיט א בלעכענע פנים און ווייזן פאר די וועלט אז אויך די ערליכע אידן זענען מסכים מיט זיי, והא ראי' אז זיי זיצן מיט זיי אין די כנסת המינים, און זיי שרייבן אלעס אונטער, און נעמען אחריות אויף אלעס אינאיינעם.
 
דערפאר וואויל איז דער וואס איז זוכה זיך צו עפענען די אויגן און אנטלויפט פון זיי. מיר האבן נישט קיין אנדערע עצה נאר צו אנטלויפן צום אויבערשטן און אים בעטן ברחמים טאג און נאכט אויף אידישע נשמות אז מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן דורך משיח צדקינו וואס וועט אנטפלעקן דעם אויבערשטן מיט א געוואלדיגע אפענקייט אז יעדער פון גרויס ביז קליין וועט קענען ווייזן מיט די פינגער און וועט זאגן "הנה אלוקינו, זה ה' קוינו לו, זה ה' יושיענו", און מען וועט רעדן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר, וואס דאס איז דער עיקר וואס משיח וועט אויסלערנען.
 
מוהרא"ש שרייבט ווייטער: מיין טייערקייט, גלייב מיר, איך וואלט געדארפט מאריך זיין דערין און שרייבן נאך טויזנעטער בלעטער, ווייל דאס איז נוגע די עיקרים פון די הייליגע אמונה, און ביז יעצט האב איך נאך קיינמאל געשריבן מיין מיינונג אין די ענינים צוליב עטליכע סיבות, און אז דער אויבערשטער וועט מיר העלפן, וועלן איך נאך אסאך רעדן דערפון, און ווייזן און אויפדעקן אז יעצט גייט אריבער אויף אידישע קינדער א גלות פון די ערוב רב, וואס דאס איז די ביטערסטע גלות, און פונקט אין ארץ ישראל, און אויך די אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט ליידן נאר צוליב זיי וואס זיי רייצן זיך וכו'.
 
יעצט האסטו נישט קיין אנדערע ברירה - ווייל דו ביסט פארכאפט מיט'ן כח פון די רעגירונג, מען האט דיר געשיקט אויף די פראנט ליניענס אין פייער - נאר רעדן צום אויבערשטן, און אויך זאלסטו רעדן צו אנדערע אידן ווערטער פון אמונה און יראת שמים, און עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט קיינעם, אפילו מיט ערליכע אידן איבער די ענינים, און זיכער נישט מיט קיין פרייע, ווייל ביידע האלטן אז דאס איז א אתחלתא דגאולה רח"ל, און כאילו זיי טוען אונז עפעס א טובה מיטן אויפבויען ארץ ישראל, און זיי ווייסן נישט און זיי כאפן נישט אז בין כך ובין כך באצאלן מיר א טייערע פרייז, סיי בגשמיות אז עס ווערן גע'הרג'עט און פארוואונדעט צענדליגע טויזנטע אידישע קינדער, און סיי ברוחניות אז זיי לייקענען אין די אמונה רחמנא ליצלן. דער עיקר זע צו רעדן ווערטער פון פשוטע אמונה און זארג זיך נישט, דער אויבערשטער וועט דיר זיכער ארויסנעמען פון דארט, און דו וועסט זוכה זיין אהיים צו גיין צו דיין ווייב און קינדער, און דו וועסט אינגאצן פטור ווערן פון זיי, ווייל אלעס קען מען פועל'ן דורך תפלה.
 
איך מוז מקצר זיין כאטש עס איז א פלאץ ווי מען וואלט געדארפט מאריך זיין און מסביר זיין אלעס בפרטי פרטיות.
 
דא שרייבט מוהרא"ש אונטער זיין נאמען.
 
דערנאך שרייבט מוהרא"ש ווייטער: ביטע ביטע, גיי נישט צו די בחירות, סיי פון די כנסת המינים, און סיי פון די עיריה (מוניציפאליטעט)! מיר האבן גארנישט מיט זיי. איך האלט אפילו פון גיין פראטעסטירן קעגן זיי. מיר תלמידים פון הייליגן רבין דארף דאס נישט טון, ווייל דאס איז סכנת נפשות ממש, ווייל זיי זענען חשוד אויף שפיכת דמים ממש, זיי שוינען נישט אויף קיין אינגע אדער אלטע, אויף פרויען און שוואכע, ווי מיר זעען; דערפאר דארפן מיר נאר בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות. מוהרא"ש שטרייכט אונטער די קומענדיג שורות: עס איז זיכער אז די וואס גייען פראטעסטירן קעגן זיי טוען א גרויסע מצוה, און זיכער די וואס פראטעסטירן פאר די וועלט מאכן א גרויסע קידוש השם, ווייל די עירוב רב האבן זייער זייער מורא דערפון, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט פראטעסטירן, ווייל דאס איז די איינציגסטע געווער וואס די ערליכע אידן האבן.
 
אבער מיר תלמידים פון הייליגן רבי'ן דארפן טון דאס אונזעריגע, אויפשטיין חצות און וויינען און קלאגן אויפן גרויסן חורבן, און אסאך רעדן צום אויבערשטן ער זאל שוין זען אונזערע ביטערע פראבלעמען, און דאס טוען נישט אפילו די פרומסטע, דערפאר זאלן זיי טון דאס זייעריגע און יוצא זיין דערמיט וואס דאס איז א גרויסע מצוה, און מיר וועלן יוצא זיין מיט אונזערס וואס קיינער טוט נישט, וואס דאס איז דאס גרעסטע זאך, אויפשטיין זאגן תיקון חצות און וויינען אויפן חורבן בית המקדש און אויף צרות ישראל.
איך האף צום אויבערשטן נאכאמאל צו רעדן פון די זאכן מער באריכות.
 
אט איז די טעקסט פון די אריגינעלע בריוו:



בעזה"י
 
יום ו' עש"ק לסדר חקת כ"ט סיון תשד"ם
 
שלום רב להיקר והנעלה נר להצדיק נחל נובע מקור חכמה ני"ע ... נרו יאיר ויזרח לנצח.
 
את מכתבך לנכון קבלתי ומאד מאד, אני מצטער בצערך הקשה שאתה צריך לעמוד על החנית הראשונה בתוך האש ממש רחמנא ליצלן ועליך לחלל שבת בעוה"ר.
 
מה אומר לך, קודם ביאת משיח צדקינו יהיה ארץ ישראל נתונה בידי הערב רב ואשר הם יעיקו את עמינו בני ישראל מאד מאד יותר מכל הגליות, ואף שיבנו את הארץ וירחיבו אותה וכו', אבל ברוחניות ובגשמיות יהיה מר מאד מאד, כי יעקרו את האמונה הקדושה לגמרי מאחינו בני ישראל, ויעקרו את כל התורה כולה, ומי שישאר אז קיים ביהדות אשרי לו ואשרי חלקו, והתנאים והאמוראים פחדו מאד מאד מהזמן הזה ואמרו "ייתי ולא אחמיניה ויהיה יקרות ועניות גדול וכו'" ושאר מיני צרות ויסורים, שיהרגו אלפים ורבבות נפשות כשרות וכו', והזנות והניאוף מאד מאד יתפשט, ועולה על הכל הכפירות והאפיקורסות, זה יעשה שממה ממש ויכפרו לגמרי, אשר זה יהיה מלחמת גוג ומגוג כי יהיה ערבוביא בישא אשר על זה נאמר אזל"א גר"ש שכינתא אומרת לקודשא בריך הוא "גרש האמה הזאת ואת בנה", אלין ערב רב דגרושני מהסתפח בנחלת ה' (תיקו"ז תיקון כ"א) ואמרו בזוה"ק (פ' פנחס דף רל"ג) יתיר מעכבין בגלותא ערב רב לישראל מאומין דעלמה (יותר מעכבין בגלות הערב רב לישראל מאמות העולם) ע"ש, ודבר זה נתקיים במלוא מובן המלה בדורתינו אלו, אשר קמו תרבות אנשים חטאים ערב רב ממש פסולת הנוהמא של העכו"ם שנתלקטו בערי מזרח אירופא, וקראו לעצמם שם "ציונים", ואמרו
"נקומה ונעלה ציון ונלחם שם באלקי ישראל", וגרמו אבדון והרג גדול מיליונים מאחינו בני ישראל (כאשר כהיום יש כבר הוכחות ברורות שיש להם יד בהשואה כולה, ולא רק שיש להם חלק, אלא גם עשו כל מיני פעולות לעכב את ההצלה) ובארץ ישראל עושים כל העולה על רוחם וכו', ואף כל זה רק למען אחיזת העינים שרוצים לשתלט על כל חלקה טובה מעמינו ישראל התמימים. ובעוה"ר מעשה שטן הצליח, כי שנטא נצח, ועל ידי כן העבירו על הדת ועל האמונה אלפי אלפים ורוב רבבות רבבות מאחינו בני ישראל הספרדים התמימים שהחזיקו מעמד כבר אלפיים שנות הגלות, ודייקא בארץ ישראל עבר עליהם שואה רוחניות, ועכשיו גם גשמיות, כי הם ממלאים את בתי הסוהר וכו', וכן שולחים אותם ראשונה אל החנית על מנת להרג וכו', (תאמין לי כי יש הרבה לדבר בזה, אך כואב לי מאד הלב בשעת הכתיבה, כי נתעוררים בי דמעות וכאבים על שבר בת עמינו).
 
מי שמסתכל בעין האמת ועומד מהצד, היינו שאינו שייך לשום מפלגה לשום צד רק מדבק עצמו בו יתברך, הוא רואה את האמת איך שהכל שקר גמור ואחיזת העינים, ובאו זרים וטמאו וחיללו את הארץ, ועל כן מה שייך לשבת אתם עמם יחד? אשרי מי שבורח ומשתמט מהצבא שהתירו עבודה זרה שפיכת דמים וגילוי עריות בפרהסיא, ועל כן מה יש לאחד מעמינו בני ישראל להתערב עמהם, ומכל שכן ללכת לבחור בכנסת המינים, מה לנו ועמהם? אנו נתונים ביניהם עכשיו בגלות מר מאד מאד, אשר כמוהו לא היתה מאז היתה ישראל לגוי, שיעקרו בריש גלי את שם ה' וירבו פסולים וממזרים בישראל, וימלאו את כל הארץ בנבילות וטריפות בשר חמורים וסוסים וגמלים וכו' וחילול שבת וניתוחי מתים וחטוטי שכבי בלי שום בושה כלל, מה שהאומות העולם פחדו לעשות דבר כזה לחפור סביבות ההר הבית וקברי תנאים ואמוראים וקברי ישראל עתיקים וכו', וכל זאת עושים בחסות וכסות ענינים וכו'.
 
הפקירו את בנות ישראל ועשו אותם זונות ממש, כי על זה נבנה השירות לאומי להנשים בצה"ל, ואשר לא בחינם גזרו ואמרו החכמים ואמר שיהרג ויעבור ולא תלך בת ישראל לצבא, כי שם נעשית מופקרת ממש.
 
וכן ענין רציחה ושפיכת דמים, אצלם שחוק וקלות ראש ממש, כי לא איפכת להם נפשות ישראל כלל, "יקומו וישחקו הנערים לפנינו" וכו', אינם מתחשבים ומתייחסים כלל עם רגשי ההורים האומללים. וכל זה רק כטיפה מן הים מה שאנו סובלים מהערב רב שגרמו ערבוביא בישא גם בין אחינו בני ישראל שומרי תורה ומצוות (כמוהם ירבו בישראל), כי מרוב התמורות כל אחד חושב שעדיין יכולים להציל, ובפרטיות כשישבו עמם אתם יחד בכנסת המינים, והמציאות שלא די שלא עזרו אלא גם קלקלו הרבה לדורי דורות, כי אם לא היו נכנסים אז היו יותר מתחשבים עם הדתיים, ומה גם שהיו מתביישים מאומות עולם אשר האומות העולם מה שמכבדים את ישראל קצת זה רק מפני דרך ארץ התורה, שההכרח להם להודות שהקב"ה נתן את ארץ הנבחרה לעם הנבחר וכו' כידוע דבר זה בעולם, אבל עכשיו הם עושים מעשיהם בצורה חפויה ומכסים הכל בכסות כאילו גם הדתיים מסכימים עמהם, ועליו הראיה שיושבים אתם עמם יחד בכנסת המינים וחותמים יחד על הכל ונוטלים האחריות על כל פרט ופרט כידוע דבר זה.
 
ועל כן אשרי מי שזוכה לפתוח את עיניו ויברח מהם ומהמונם. לנו אין שום עצה אחרת רק לברוח אליו יתברך בתפלה ובקשה ולבקש יומם ולילה למען כלל נשמות ישראל, שנזכה כבר להגאל על ידי משיח צדקינו שיגלה את מלכותו יתברך בגלוי נפלא אשר ידעו אותו יתברך מקטנם ועד גדלם, וכל אחד יראה באצבעו ויאמר "הנה אלוקינו זה ה' קיוונו לו זה ה' יושיעינו" וידברו עמו יתברך כאשר ידבר איש עם רעהו, אשר זה עיקר בנין המלכות דקדושה גילוי משיח צדקינו.
 
חמדת לבבי תאמין לי שהיה ראוי לי להאריך בדברים אלו באלפים עמודים כי הוא נוגע בעקרי האמונה הקדושה, ועד אף פעם לא כתבתי דעתי מענינים אלו מפני כמה טעמים, ואם יהי' ה' עמדי ארחיב את הדיבור בזה מאד להראות ולגלות כי עכשיו עובר על כלל נשמות גלות הערב רב אשר הוא הגלות הכי מרה, ודווקא בארצינו הקדושה, ואחינו בני ישראל במקומות הגלות סובלים רק בשביל הערב רב שמרדו וכו'.
 
לעת עתה אין לך ברירה כי נתפסת בכח השלטון ושלחו אותך לחנית הראשונה מקום האש, רק לדבר עמו יתברך שם, וכן לדבר עם אחינו בני ישראל רק דיבורי אמונה ויראת שמים, ולא כדאי להכנס בויכוחים אפילו עם דתיים מענינים אלו, ומכל שכן עם חילונים, כי שניהם אוחזים שהוא התחלתא דגאולה רח"ל, וכאילו עושים לנו טובה בבנין הארץ, ולא יודעים ולא שמים על לב כי בין כך משלמים מחיר יקר, הן בגשמיות שנהרגים ונפצעים אלפים ורבבות מנערי ישראל, והן ברוחניות שכופרים בעיקר רחמנא ליצלן.
 
העיקר ראה רק לדבר דיבורי אמונה פשוטה ואל תדאג כלל, השי"ת בוודאי יוציא אותך משם ותזכה לחזור אל ביתך אשתך וילדיך ותקבל פטור לגמרי, כי הכל יכולים לפעול על ידי תפלה.
 
ההכרח לקצר אף שהוא מקום שצריך להאריך ולהסביר בפרטי פרטיות את כל הענין.
הדו"ש
 
אליעזר שלמה
 
נא ונא לא ללכת לבחירות הן של הכנסת המינים והן של העיריה, לנו אין עסק עמהם כלל. ולדעתי אפילו לילך להפגין נגדם, אנו תלמידי רביז"ל לא צריכים כי זה סכנת נפשות ממש כי הם חשודים על שפיכות דמים ממש ואין חסים לא על נערים ועל זקנים ולא על נשים וחלושי כח כאשר ראינו, ועל כן עלינו רק לבקש את השי"ת תמיד שיגאלנו מהגלות המר הזה, "בוודאי כל אלו אשר יוצאים למחות נגדם עושים מצוה גדולה ומכל שכן אלו שמוחים לפני אומות העולם  עושים קידוש ה' גדול כי הערב רב מפחדים ומתביישים מהם מאד מאד, ועל כן אשרי מי שילך ויפגין, כי זה הנשק היחידי שיש ליהודים מאמינים בני מאמינים".
 
אבל אנו תלמידי רביז"ל צריכים לעסוק בעסקינו קימת חצות ולבכות ולקונן על החורבן הנורא ולהתבודד הרבה עמו יתברך שיסתכל על צרותינו המרה, ודבר זה לא עושים גם הכי חרדים, ועל כן הם יעשו את שלהם לצאת בה שהוא מצוה רבה, ואנו נצא בעסק שאף אחד לא עוסק שזה עולה על הכל לקום בחצות לילה ולבכות ולהתאונן על חורבן בית המקדש וצרות ישראל.
 
אקווה להשי"ת עוד לחזור ולדבר מדברים אלו יותר באריכות.