אנטדעקט כתב יד קודשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע איבער די ווערטער פון הייליגן רבין
י אלול תשפ"ג 📝
יעדער וואס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון סאטמאר ווייסט אז דער עיקר וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט געוואלט, איז איינפלאנצן די אמונה טהורה אין אידישע קינדער, אין די צייט וואס רבים ושלמים זענען נעבעך פאר'כישופ'ט געווארן פון די "כוחי ועוצם ידי" ווינטן פון די ציוניסטן און זייערע נאכשלעפער איז דער הייליגער צדיק געשטאנען אליינס בבחינת אחד היה אברהם און זיך צונאר געלייגט פאר די וועלט וועלכע האט נישט אויפגעהערט טרייבן שפאס פון דעם הייליגן צדיק וואס איז לויט זיי א "שונא ישראל" אדער גאר אן "עוכר ישראל" עפרא לפימיהו.
דער הייליגער צדיק האט אוועקגעגעבן זיין בלוט און נשמה און געשריגן און געוויינט מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די כפירה שטורעם ווינטן וואס בלאזן אין די גאס, און אזוי צוביסלעך האבן זיך צוזאם געקליבן נאך א איד און נאך איד וואס האבן זיך געקלאמערט צו די ריינע אמונה, ביז עס איז אויסגעוואקסן די ריזיגע קהילה און מוסדות סאטמאר וואס ציילט זיך צענדליגע טויזענטער אידן יראים ושלמים בכל קצוי תבל.
דער הויכפונקט פון הייליגן רבי זי"ע איז בלי ספק געווען דאס שרייבן דער הייליגער ספר "ויואל משה", וואס ער האט נישט געלאזט פאר קיינעם צו טון די ארבעט, דער ספר האט גענומען לאנגע וואכן און חדשים צו שרייבן, און האט עס געשריבן בדם לבבו און דערמיט מבאר געווען די אמת'ע דעת תורה, וויאזוי מיר דארפן גלייבן אין אויבערשטן און אין אלע דרייצן אני מאמין'ס.
דער ספר איז נישט געשריבן געווארן איש מפי פיש, און אפילו נישט נאכגעשריבן א דרשה בעל פה. דער ספר האט דער הייליגער צדיק אליינס געשריבן און עקזיסטירט נאך יעצט בכתב יד קדשו. איין אזא בלאט וועט ווערן אויספארקויפט אין א ליציטאציע דורך עתיקים, און וועט קענען געזען ווערן. די ווערטער פון דעם בלאט האבן א ספעציעלע חשיבות ביי חסיד ברסלב, ווייל דארט זעט מען דעם טיפן קשר עליון, און דעת קדשו פון הייליגן צדיק וויאזוי ער באציט זיך צום הייליגן רבין מיט א לשון וואס ער שרייבט נישט אויף קיין איין גדול בישראל וזה לשון קדשו "ובליקוטי מהר"ן מבראסלוב האריך… מה שיהי’ בעיקבא דמשיחא… על פי משל במלך שהלך בדרך… והי’ בסכנה גדולה, וניצל רק על ידי איש כפרי. כמו כן יהי’ בעיקבא דמשיחא, שיהי’ מבול לא של מים, אלא של אפיקורסות, ויכנס בלב הכשרים שבישראל, ולא יוכלו ליתן עצה, וכל שרי המלוכה נתפזרו, ולא יתחזק מלכות שמים, אלא עם פשוטי עם שאומרים תהלים בפשיטות". און דער רבי ענדיגט די ווערטער "וזה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא".
אויפן עתיקים ליציטאציע