נעכטן איז פארגעקומען אין לאנדאן א שרעקליכער אינצידענט, אבער קודם דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן אז די צוויי אידישע קרבנות זענען ברוך השם נישט אין קיין סכנה און ערהוילן זיך גוט. דער אינצידענט האט פאסירט אין סטעמפארד היל, וואו אן אנטיסעמיט האט אטאקירט צוויי היימישע אידן מיט א מעסער.
ב"ה די פאליציי האט שנעל ארעסטירט דעם פארשוין, און די פארוואונדעטע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונג.
עס איז א גרויסער ווייטאג אז אזא זאך האט פאסירט, אבער פון די אנדערע זייט דארפן מיר זיין בלינד נישט צו זען די חסדים פונעם אייבערשטן. דער שטעכער האט געזוכט צו שעדיגן און פייניגן אידישע קינדער, האט אבער דער אויבערשטער געהאלפן אז עס איז נישט ארויסגעקומען קיין פערמענאנטע שאדנס דערפון, און ברוך השם עס זענען דא רפואות דערויף. די דאקטוירים לייגן סטיטשעס, די צושטאכענע — זאגט מען — ערהוילן זיך פיין, און מיט דער צייט וועט נישט בלייבן דערפון קיין זכר בסייעתא דשמיא.
אבער עס זענען דא אנדערע סארט "מעסערס" וואס שטעכן אויף א וועג וואס איז אסאך שווערער אויסצוהיילן. ווען א מענטש האט א הפקר מויל און ער ניצט זיין מויל צו זאגן שטעכעדיגע ווערטער פאר א צווייטן, מיינט ער אפשר אז ער מאכט א וויץ, "איך האב נאר געזאגט", אבער באמת גייט ער ארום מיט א שווערד וואס קען איבערלאזן שווערע וואונדן אויף לאנגע יארן. קריטיק, שארפע ווערטער, א שלעכטע באמערקונג אדער א נארישער וויץ קען באמת "שטעכן", און פאר דעם העלפן נישט קיין סטיטשעס; מענטשן גייען נעבעך ארום א גאנץ לעבן מיט א צושינטן הארץ.
ווען עס האט פאסירט די טראגעדיע מיט לייבי קלעצקי ע"ה, האט מוהרא"ש מורא'דיג געוויינט. ער האט געקלאגט אויף די קינדער וואס ווערן נעבעך "צושניטן" יעדן טאג דורך הארצלאזע מענטשן; מען ווערט נערוועז אויף א קינד, מען פארשעמט אים און מען דערנידערט אים, וואס דאס לאזט איבער אומאויסהיילבארע שאדנס אויף אידישע נשמות. דערפאר, אז עס האט פאסירט אזא זאך – האט מוהרא"ש דאן געזאגט – דארפן מיר זיכער מאכן צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, וואס וועלן לערנען מיט אידישע קינדער צו געדענקען די חשיבות פון א אידישע נשמה, א "חלק אלוקי ממעל", וואס מען דארף שעצן און אכטונג געבן אויף איר. אזוי וועט מען בעז"ה האבן נחת פון די קינדער.
יעצט אז מיר געפינען זיך אין די טעג פון ספירה, א צייט ווען מיר דערמאנען זיך אין די תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען ליידער אומגעקומען ווייל "לא נהגו כבוד זה בזה", דארפן מיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן אנהייבן אכטונג געבן אויף אונזער שפראך. מיר זאלן נוצן אונזער מויל נאר פאר גוטע זאכן: זאגן א גוט ווארט פאר א חבר, געבן קאמפלימענטן אן קיין חשבונות צי עס מאכט יא סענס אדער נישט, און רעדן מיט איידלקייט און רעספעקט אפילו ווען מיר זענען נישט מסכים מיט יענעמ'ס מיינונג.
אין זכות פון נוהג כבוד זיין איינער צום צווייטן, וועט דער אויבערשטער העלפן אז אלע שונאי ישראל זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אונז, און מיר וועלן נאר הערן גוטע בשורות.