אנערעקסיע
י שבט תשפ"ו 📝
שאלה:
א גוטן, איך וואלט געוואלט פרעגן א שאלה פון ר' גרשון קרעמער: וואס פונקטליך איז דאס "אנארעקסיע"?
איך הער אז דאס איז א שרעקליכע מחלה; מענטשן ווערן ממש אויסגעדארט און גייען אויס ווי א ליכט. וואס איז דאס "אנארעקסיע" און וויאזוי באהאנדלט מען עס?
ענטפער:
אנארעקסיע איז א שווערע "עסן מחלה" וואס קומט כאטש אביסל פון דעם היינטיגן לעבנסשטייגער פון די אלגעמיינע וועלט פון לעבן פאר יענעם. די סביבה קען מאכן מענטשן פילן אז נאר די וואס זענען דאר און שיין זענען עפעס ווערט, און נאר זיי באקומען רעספעקט. דאס קען אמאל פירן א מענטש צו אנטוויקלען געוויסע פאביעס, ער הייבט אן טראכטן: "אפשר בין איך נישט גענוג דאר? איך מוז פארלירן וואג." און וואס טיפער ער גייט אריין אין דעם, קען עס חלילה פירן צו אן עקסטרעמע מורא פון צונעמען וואג, וואס מאכט אז דער מענטש זאל זיך אפהאלטן פון עסן אויף א געפארפולן אופן. דאס קען חלילה ברענגען צו ערנסטע געזונט קאמפליקאציעס וואס זענען ממש א סכנה פארן לעבן.
אמאל קען זיך ענטוויקלען א סארט "שטילע אנארעקסיע," ווען א מענטש לעבט פאר אנדערע און דערקענט נישט זיין אייגענעם ווערט אין די פשוט׳ע זאכן. מען פרובירט צו דערגרייכן זאכן וואס עקזיסטירן נאר אין די דמיונות, און מען איז גרייט אלעס מקריב צו זיין אין לעבן נאר ווייל מען מיינט אז דאס וועט אים מאכן פאר א "יש" און אזוי וועט מען אים אקצעפטירן. אבער דער מציאות איז, אז כשם שפרצותיהם אינם דומות, כך אין דעותיהם דומות. אויב דו וועסט צופרידנשטעלן איין מענטש, וועט א צווייטער האלטן פונקט פארקערט. און דאס איז א רעדל וואס ענדיגט זיך קיינמאל נישט.
אבער ווען א מענטש לעבט מיט׳ן אויבערשטן, האט ער א תכלית אין לעבן, א ציל וואס ער קען דערגרייכן. ווען מ׳וויל טון דעם רצון הבורא, ברענגט עס אן אמת׳ע סיפוק הנפש. מ׳הויבט אן צו ווערן פרייליך און מ׳ווערט אויסגעלייזט פון אלע גייסטישע דרוק און סאציאלע שוועריגקייטן. מ׳דארף שוין מער נישט אנקומען צו קיינעמ׳ס הסכמה אדער ׳עפרובל׳ צו פילן גוט מיט זיך אליין. פארשטייט זיך אז ס׳איז אנגענעם צו הערן א גוט ווארט; דאס גיט אסאך צו און עס מוטיגט אונטער ווייטער צו גיין מיט כח. אבער ווען מ׳לעבט מיט׳ן אייבערשטן קען מען זיך אן עצה געבן, און דאס לעבן ווערט פיל גרינגער.
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען עסן צו דער זעט ברוחניות ובגשמיות, און מ׳זאל נישט מורא האבן פון די אייגענע שאטן.