דער געוועזענער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשעי טראמפ איז אנדערשט מיט כמעט יעדע זאך פון אלע אנדערע פרעזידענטן אין די אמעריקאנער היסטאריע. צווישן אנדערע איז ער דער איינציגסטער פרעזידענט מיט זירא ערפארונג אין פאליטיק צו ערוועלט ווערן אלץ פרעזידענט, בכלל איז ער גענצליך אן אנדערע טיפ פון א געווענליכע פאליטישאן. אלץ האט ער האט זיך געוואגט צו טון זאכן וואס קיין שום פאליטישע ראטגעבער וואלט אים געראטן צו טון, צום ביישפיל זיין איבערגעאיילטע "מוז האבן א מיינונג" אויף כמעט יעדע זאך צוגאנג, איז א זאך וואס וואלט אים שוין צענדליגע מאל - לויט די פאליטישע אנאליסטן - געדארפט אונטערברענגען. זיין אבסעסירטע מלחמה מיט די מידיע - א זאך וואס איז לויט די אנגענומענע כללים פון ביז היינט האט אלץ געהייסן א "זיכערע פאליטישע זעלסבט מארד", און אויך דאס האט אים נאך נישט אונטערגעברענגט. והעולה על כולנה, די פילע פאליטישע און יורידישע רדיפות; אנגעהויבן פון די פילע אויספארשונגען נאך ווען ער איז געלאפן צום ערשטן מאל אלץ פרעזידענט, און די פילע אינוועסטיגעשאנס בשעת'ן דינען אויפן פרעזידענטליכע שטול, וואס האבן זיך געענדיגט מיט - ווייטער פרעצעדענטלאז - צוויי מאל (!) אימפיטשט ווערן, א זאך וואס האט אים נאך אלץ נישט אומגעווארפן.
 
און ווער רעדט נאך ווען ער האט - יא אדער נישט - פארלוירן די וואלן פאר צוויי יאר צוריק, דאס וואלט אים לויט אלע פארשטייערס געדארפט אריינלייגן אין א טיפע מרה שחורה "אזא נארסיסיסט ווי ער קען נישט דערהייבן קיין דורכפאל" האבן זיי אלע געשריגן. און די "טשערי אָן די פיי" איז נאך ווען ביז יעצט טוען נאך פילע פראסעקיוטערס און "ספעציעלע אויספארשער" אים אנקלאגן אויף כל מיני באשולדיגונגען פון האלטן פרעזידענטליכע רעקארדס, אריינלייגן נאציאנאלע זיכערהייט אין א סכנה, ביז די יאנואר 6 רעוואלוציע, ווען ער האט לויט זייער קעגנער געהעצט זיינע געשוואוירענע שטיצער צו אומווארפן די אמעריקאנער רעגירונג און דערקלערן לעבנסלענגלעכיגע קעניג אויף אמעריקע...
 
און דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל די פילע רדיפות און דורכפעלער וואס דער טראמפ איז דורכגעגאנגען, און דאס אלעס אין בלויז עטליכע יאר צייט, און פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פון א מענטש וואס איז שוין יעצט אין די הויכע 70'ער יארן, א צייט וואס רוב מענטשן זענען שוין לאנג ריטייערט.
 
מיר דארפן נישט צוקומען צום גוי זיך צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן, אבער אפגעזען וואס אייער מיינונג אויף דעם גוי טמא דאנאלד טראמפ איז, איז דא דא עפעס וואס מיר קענען זיך לערנען דערפון. האסטו שוין צענדליגע מאל צוגעזאגט דעם אויבערשטן "מער וועל איך שוין נישט זינדיגן" און עודך טרעפסט זיך דערין ווידער? דו הערסט דעם סמ"ך מ"ם שרייען "דו ביסט איין שטיק דורכפאל", דו הערסט שוין אין דיין קאפ ווי אלע זאגן אויף דיר "דו ביסט שוין דערנאך", אבער ניין הייב דיך אויף און קוק נישט אויף קיינעם. זאג דעם סמ"ך מ"ם "אויב טראמפ גייט נאך ארום שטאלץ און קאמפיינט צו ווערן ווידער פרעזידענט, מעג איך אויך נאך זיך אויפהייבן און זאגן פארן באשעפער געב מיר נאך א שאנס."
 
די זעלבע זאך בגשמיות, קוק נישט אויף צוריק, ביסט טיף אין חובות? גיי אן מיט דיין לעבן ווייטער. טרעף א דזשאב הייב אן אפצאלן צוביסלעך, און עס וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט זיך זען אינדרויסן פון דיינע חובות.
 
טראמפ'ס קאמבעק איז אונז אלע מחייב. מיר קענען אויך צוריק קומען. מיר וועלן נאכאמאל פרובירן צו היטן די אויגן, היינט - זאגט איך דיר צו רבונו של עולם - וועל איך רעדן שיין צו מיין ווייב. פון יעצט וועל איך לערנען כאטש איין פרק משניות יעדן טאג. עס וועט נישט לאנג נעמען און דיין קאמבעק וועט זיין אסאך שענער און ווייטער ווי פון דאנאלד טראמפ.