אנ"ש וועלן זיך צוזאם קומען אי"ה מיטוואך נאכט צום סעודת ל"ג בעומר אין וויליאמסבורג
יד אייר תשע"ט 📝
אי"ה דעם מיטוואך אווענט אור ליום ל"ג בעומר וועלן זיך אנשי שלומנו צוזאם געקומען זיך צו פרייען לכבוד די הייליגע הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג.
מען וועט זיך וואשן צו א סעודה, מען וועט זינגען צוזאמען די פיוטים לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און נאך שיינע ניגונים, דערנאך וועט מען בעז"ה האבן די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א.
די סעודה פון ל"ג בעומר וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אום מיטוואך נאכט, נישט ווי געווענליך די צווייטע נאכט, ווייל דאנערשטאג גייט בעז"ה פארקומען א חתונה אין בית המדרש, ווען דער חתן ישראל סאמעט וועט גיין אונטער די חופה בשטו"מ מיט די כלה די טאכטער פון הרב דניאל בוים שליט"א.
ע'יר ו'קדיש מ'ן ש'מיא נ'חית (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן א')
קליפ: ל"ג בעומר ביי מוהרא"ש (אין יבנאל און מירון)
קליפ: מוהרא"ש טאנצט בר יוחאי אין מירון
בילדער: דער ראש ישיבה אין מירון פאר צוויי וואכן צוריק