אנ"ש זענען זיך מחזק אין "הפצה" ביים יארצייט פון מוהרא"ש ז"ל
יז שבט תשע"ח 📝
א הערליכע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, צו די יארצייט סעודה פון מוהרא"ש ז"ל וואס פאלט אויס היינט עש"ק יתרו-קבלת התורה, י"ז שבט.
דער עולם האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, און געזינגען ווארימע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט וואס דארפן מיר ארויסנעמען פון אזא טאג, "וואס האט דיר מוהרא"ש געגעבן?" פרעגן מענטש, "א מענטש איז געווען בלינד, און ער האט געטראפן א דאקטער וואס האט אים אויסגעהיילט זיינע אויגן, פרעג דעם מענטש: 'וואס האט דיר דער דאקטער געגעבן?', 'וואס'? וועט ער דיר פרעגן, 'אלעס'!, 'איך קען אלעס זען, אלעס וואס איך האב, אלעס וואס איך טו, אלעס קומט זיך אים א דאנק!'," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, "וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן? אלעס, ער האט אונז געעפענט די אויגן, צו זען אז דער אייבישטער איז דא, און איך האב נאר אים און איך האב נישט קיינעם אויסער אים, און אז ווייס שוין אז דער אייבישטער איז דא נעבן מיר און מיט מיר, רעד צו אים".
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז עס איז אוממעגליך ארפצולייגן ווער מוהרא"ש איז געווען, אבער אויב מען וויל צוזאם נעמען וואס מוהרא"ש איז געווען און מאכן א סך הכל אין איין ווארט, דאן איז דער ווארט "הפצה", מוהרא"ש איז געווען איין שטיק הפצה.
דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט די גמרא (תענית כג, ע"א), אז רבי יוחנן האט געזען איינעם פלאנצן א באקסער בוים, האט אים רבי יוחנן געפרעגט "ווי לאנג נעמט אז דער באקסער בוים זאל ארויסגעבן פירות?" האט יענער געענטפערט "זיבעציג יאר", האט ער אים געפרעגט "דו האלטס אז דו גייסט נאך לעבן זיבעציג יאר ארום?" האט אים יענער געענטפערט "ווען איך בין געבוירן האב איך געטראפן פארטיגע ביימער מיט פירות, וואס מיינע עלטערן האבן געפלאנצט פאר זיבעציג יאר צוריק, וועל איך יעצט פלאנצן ביימער אז מיינע קינדער זאלן האבן פירות זיבעציג יאר ארום", א מורא'דיגער ענטפער וואס מיר דארפן גוט אריינעמען אין אונז. "מוהרא"ש האט געאקערט און זיך געפלאגט נאר אז פאר אונז זאל גיין גוט", וויפיל געלט איז ווערט אז מיר לעבן היינט מיטן אייבערשטן? מיט וואס קענען מיר באצאלן פאר מוהרא"ש ז"ל פארן אונז אויסלערנען די וועג צו האבן שלום בית? א.א.וו. נישט קיין געלט אויף דער וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ווילסט מיר באצאלן? געב פאר נאך איינעם די געלגענהייט צו האבן א גוט לעבן – דאס וועט זיין מיין באצלונג".
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף נישט נאכמאכן א צווייטן אפילו אין עבודת ה', אפילו מיט הפצה זאל יעדער זען וואס "ער" קען טון פאר הפצה, עס זענען דא אזעלעכע וואס קענען נעמען פעקלעך ספרים און ארום גיין צו די טירן, און אזוי מפיץ זיין, אבער עס זענען דא נאך אסאך וועגן צו מפיץ זיין. העלף א מפיץ, זיי מנדב א פעלעט פאפיר, קענסט ארויפברענגען די פאפיר, שלעפן באקסעס ספרים, שניידן און פאקן די ספרים, געב א גוט ווארט פאר א מפיץ. א.א.וו. יעדער קען איינער קען בעטן דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן וואו ער קען זיין א מפיץ אויף זיין אייגענארטיגע וועג.
פארן ענדיגן זיינע ווערטער האט דער ראש ישיבה זיך באדאנקט פאר עטליכע פון אנ"ש וואס יומם ולילה לא ישבותו, און העלפן אז דער רבינ'ס אור זאל ווייטער שיינען און לייכטן אויף דער וועלט.
נאכן ראש ישיבה'ס ווערטער האט מען געזען סליידס וואס האט געוויזן די כח פון הפצה, וואס די ספרים און די סידיס ראטעווען ממש גאנצעטע משפחות פון אראפ גיין ברוחניות אדער בגשמיות.
דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט א פעסטע קבלה צו טרעפן וואו מ'קען מפיץ זיין, און זיין שטארק אין הפצה מיט געלט, טירחא און רצון.
בילדער
דברות קודש פון ראש ישיבה שליט"א
היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ז"ל