אין די לעצטע וואך צייט האבן אנשי שלומינו געהאט די זכי' צו מזכה זיין כלל ישראל מיט די גרויסע מצוה פון שטיצן די הייליגע מוסדות און די קהילה וכל סניפיה בארבע כנפות הארץ, בנשיאות דעם ראש ישיבה שליט"א, ווי אלע פעולות וואס ווערן געטון, זאל עס זיין די חדר, די שולע, דער בית המדרש, די חסד ארגאניזאציעס, דער בית הדפוס און אזוי ווייטער, איז אלעס מיט איין ציל, צו טון דעם רצון הבורא, און געבן די געלעגענהייט פאר נאך אידישע קינדער צו טרעפן דעם געשמאק אין אידישקייט.
 
במשך די אלע טעג האט מען געזען ווי ישראל נתבעים ונותנים כלל ישראל איז ווארעם צום הייליגן צוועק, און מען איז אנטקעגן געקומען אנשי שלומינו וועלכע האבן געדינט אלץ גבאי צדקה און זיי באווארפן מיט ווארימע נדבות יותר מכפי יכלתם, און טראץ דעם וואס דער מצב הפרנסה איז ליידער שווער אין די יעצטיגע טעג - האבן איבער עלף טויזענט נדבנים מנדב געווען דורך די כמעט זיבן הונדערט גבאי צדקה דעם סכום פון כמעט ניין הונדערט טויזענט דאלער.
 
אנשי שלומינו זענען ארויס פון זייער "קאמפארט זאון" און זיך נישט געפוילט, נאר פאר'ן אויבערשטענ'ס כבוד האט מען אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און זיך געבויגן דעם כבוד און געבעטן געלט פאר די הייליגע מוסדות וואס מוטשעט זיך שטארק אין די טעג פינאנציעל.
 
דער הייליגער רבי רעדט אסאך ארום ווי מיאוס געלט איז, און מאכט לצנותא דעבודה זרה פון תאוות ממון, רעדט אבער דער הייליגער רבי ארום פון די גרויסקייט ווען מען נעמט דאס געלט און מען הייבט עס אויף צו די קדושה און מעגן געבט דאס פאר צדקה, די געלט איז שוין גאר א גרויסע זאך, ווען בשעת פשוט געלט קומט און גייט, און "אדער דארף זיך דער מענטש שיידן פון זיין געלט, אדער דאס געלט פונעם מענטש", איז אבער "צדקתו עומדת לעד", דאס געלט וואס א איד האט געגעבן פאר תורה, פאר אמונה, פאר א חדר, א מיידל שולע ווי מען איז מחנך די קומענדיגע דורות צו לעבן מיט'ן אויבערשטן, דאס נעמט מען יא מיט, און דאס בלייבט מיט'ן מענטשן לעד ולנצח נצחים.
 
כאטש דער קאמפיין איז שוין אפיציעל פארטיג, זעט מען נאך ווי עס שטראמען נאך כסדר אריין פרישע נדבות פון אידן וועלכע ווילן נישט פארפאסן די גרויסע זכי' און כאפן אריין אין די יעצטיגע מינוט משלים צו זיין, און זיין א חלק פון דעם געוואלדיגן מצוה.