"אנשי חיל - לעבנסגעשיכטע" קאמפיין גרייכט העכער 1.35 מיליאן דאלאר
כו אב תשפ"ו 📝
פארלאפענע וואך איז פארגעקומען די ניינטע "אנשי חיל" קאמפיין לטובת אונזערע הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב. די יעצטיגע קאמפיין, וואס איז געלאפן אונטערן נאמען "לעבנסגעשיכטע", האָט געמאַכט א געוואַלדיגן קידוש השם אין די גאנצע אידישע וועלט, און האָט קלאר געוויזן די שטארקע געטריישאפט פון אנשי שלומינו צום באשעפער און צום ראש ישיבה שליט"א.
העכער 600 חשוב'ע אידן פון אנשי שלומינו - תלמידים פון אמעריקע, ארץ ישראל, און איבער די גאנצע וועלט - האבן זיך צוגעשטעלט אלס גבאי צדקה. יעדער איינער האט געעפנט א פעידזש, אנגערופן חברים, משפחה און באקאנטע, און אריינגעלייגט כוחות כפי יכלתו ארויסצוהעלפן די קהילה. די קאַמפּיין-פירער און די טיעם מענעדזשערס זענען געבליבן שטארק נתפעל זעענדיג די מורא'דיגע ווארימקייט און ערנסטקייט וואס דער עולם האט אריינגעלייגט אינעם צוועק.
טייל האבן אריינגעברענגט קלענערע סכומים און אנדערע אסאך מער, אבער די גרעסטע שיינקייט איז געווען צו זען ווי יעדער איינער איז ארויס פון זיין "קאָמפאָרט זאָון", מען האָט אַוועקגעלייגט די בושה אין א זייט, און געבעטן געלט צו העלפן אויפהאַלטן דעם הייליגן פלאַץ פון וואו מיר שעפּן אמונה, און העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די ריזיגע חובות וואָס ער האט אונטערגענומען אויפצובויען די קהילה.
א ספעציעלע הכרת הטוב קומט זיך פאר די חשוב'ע "נשי חיל" וואָס האָבן דאס יאר אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות; זיי זענען ארומגעגאנגען נאך געלט און אנגערופן באַקאַנטע, וואָס דאָס האָט געגעבן א שטארקע שטופ ארויף פאר די נומערן ביזן ענדגילטיגן סך הכל.
ב"ה די פירות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און די רעזולטאטן זענען געווען פיל העכער ווי אלע ערווארטונגען. האלטנדיג יעצט ביים סוף פונעם קאמפיין, זעט מען בחוש וויאזוי פרוטה ופרוטה מצטרפת, ווען מ'האט ב"ה באוויזן צוזאמצושטעלן אן אומגלויבליכע סומע פון איבער $1,350,000, וואָס דאס איז א גאַנצע 35 פראצענט העכער פונעם אריגינעלן ציל פון א מיליאָן דאָלער. דאָס געלט איז צוזאַמגעקומען דורך קרוב צו 16,000 נדבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, משפחות און פלעצער.
עס האט זיך ארויסגעוויזן די הערליכע שיינקייט פון אידישע קינדער, וואס עפענען דאס הארץ און זענען גרייט צו געבן צדקה פאר אזא הייליג פלאץ וואס פארשפרייט אמונה איבער די גאנצע וועלט.
דא איז אויך די פאסיגע געלעגנהייט זיך צו באדאנקען בשם אלע אנשי שלומינו פאר די איבערגעגעבענע טיעם-מענעדזשערס, וואס האבן במשך דעם קאמפיין מחזק געווען דעם עולם אנצוגיין ווייטער און רופן נאך מענטשן, וגדול המעשה יותר מן העושה.
דער וואס וויל זיך נאך אנשליסן און נעמען א חלק אין דעם הייליגן צוועק, קען קליקן אויף דעם לינק.
דער אויבערשטער וועט זיכער באַצאָלן פאַר אַלע וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפן צום הצלחה פונעם קאַמפּיין יעדער איינער אויף זיין וועג.
פאר סיי וועלכע הערות אדער שאלות קען מען רופן אדער שיקן א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.