אין די פארגאנגענע צוויי וואכן האבן אנשי שלומינו מיטן אייבערשטנס הילף זיך אנגעשטרענגט און ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב פארן ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מקריב טאג און נאכט פאר אונזער הצלחה נצחית, מיר זאלן אנקומען נענטער צום תכלית פארוואס דער אייבישטער האט אונז אראפגעשיקט אויף דער וועלט.
 
עס האבן זיך געשאפן איבער 550 טיעמס, וואס האבן אראפגעשטעלט פאר זיך א ציל וויפיל זיי ווילן שאפן, און קרוב צו 350 האבן עס ברוך השם דערגרייכט, רוב פון זיי אסאך מער פון זייער ציל, (איבער 100 האבן דערגרייכט דאפעלט פון זייער ציל), דער סך הכל איז אריינגעקומען דער סכום פון איבער $675,000 דורך איבער עלף טויזענט נדבות.
 
לויט די שטעט, איז אריינגעקומען ווי פאלגענד: 
👍🏻 קרית ברסלב, איבער $220,000
👍🏻 וויליאמסבורג, איבער $120,000
👍🏻 בארא פארק, איבער $90,000
👍🏻 פרויען פאראיין, איבער $80,000
👍🏻 קרית יואל, איבער $60,000
👍🏻 מאנסי, איבער $20,000
👍🏻 לעיקוואוד, איבער $20,000
👍🏻 ירושלים, איבער $10,000
👍🏻 סטעטען איילענד, כמעט $9,000
👍🏻 בני ברק, כמעט $8,000
👍🏻 דשערסי סיטי, איבער $5,000
👍🏻 יבנאל, כמעט $4,000
👍🏻 בית שמש, כמעט $3,000
👍🏻 חיפה, איבער $2,000
👍🏻 צפת-טבריה, כמעט $1,000
👍🏻 ברכפלד, מודיעין עילית, כמעט $700
 
די טיעמס העכער צען טויזענט דאלער זענען:
👍🏻 מו"ה יאסי פרערא, איבער $21,000
👍🏻 מו"ה יעקב און מו"ה ישעי' האלצער, איבער $19,000
👍🏻 ראש ישיבה, איבער $15,000
👍🏻 מו"ה שבתי מזרחי, איבער $14,000
👍🏻 מו"ה אברמי פריעדריך, איבער $11,000
👍🏻 מו"ה משה ווייזער, איבער $10,000
 
אלע זענען עדות אויף די גרויסע מהפיכה וואס איז געווארן אין די אידישע וועלט, ווען מיט קוים עטליכע יאר צוריק האט מען בכלל נישט געוויסט וואס ברסלב איז, מען האט בלויז געהערט לשון הרע'ס וואס דער סמ"ך מ"ם האט געזוכט צו פארשפרייטן קעגן הייליגן רבין, און מיט דעם פארשווארצן דעם פנים פון ברסלב, אזוי ארום וועט ער האבן אלעמען אין טאש, ווען מען וועט נישט וועלן הערן ח"ו די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, וואס הייבט אויף און ברענגט צוריק יעדן איד צום אייבערשטן, אין סיי וועלכע מצב.
 
אבער נאכדעם וואס די הפצה פון די ישיבה פארמערט זיך מיט יעדן טאג, און די דיבורים פון הייליגן רבין ווערן פארשפרייט אויף אלע מיני אופנים, און ערליכע אידן וואס זוכן דעם אמת הייבן אן צו לערנען די הייליגע ספרים און הערן די לויטערע דיבורים מער און מער, און נאך דעם וואס מען פרובירט עס אויס, מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זאגן ח"י פרקים משניות, מען הייבט אן צו מכבד זיין און טייער האלטן די ווייב, און אזוי ווייטער, זעט מען בחוש ווי זאכן אין לעבן הייבן זיך אן דראסטיש צו טוישן צום גוטן, מען ווערט א בעסערע איד, מען באקומט קאנפידענץ, מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן. און נאכדעם באקומט מען א קאל פון א חבר, א קרוב, א שכן וואס בעט א נדבה פאר די הייליגע מוסדות, געבן אידן מיט א שמחה און מיט א ברייטע האנט.
 
יעצט ווען דער קאמפיין איז געקומען צום שלוס, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן זייער א שיינע בריוו, ווי ער באדאנקט זיך פאר אנשי שלומינו, און זאגט ווי איבערגענומען ער איז פון די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פון אנשי שלומינו. ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם בריוו: "יעצט ווען מיר האבן געהאט די קאמפיין האב איך פריש געזען די העלדישקייט פון אנשי שלומינו, ווי יעדער איינער האט עוסק געווען אין צדקה; מען האט געטון פאר די מוסד, מיר זאלן נישט זינקען אין חובות - מיט אזא געטריישאפט, איך מוז דיר זאגן איך בין זייער איבערגענומען פון די גאנצע זאך."
 
דערנאך שרייבט דער ראש ישיבה איבער א נייע קאמפיין וואס ער בעט אז אלע אנשי שלומינו זאל זיך אנשליסן. די זיסע דיבורים פון ראש ישיבה רעדן פאר זיך: "יעצט הויבן מיר אן א נייעם קאמפיין. קומענדיגע וואך גייען מיר קויפן נייע שטחים, מיר גייען אריין אין א נייע מסכתא, מסכת כתובות; וויל איך דו זאלסט זיך אנשליסן, דו זאלסט אויך האבן א חלק אין די מקח, דאס איז א גוטע מקח. דער אייבערשטער זאגט (משלי ד, ב): "כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם", איך האב א גוטע דיעל, "תּוֹרָתִי", מיין תורה, "אַל תַּעֲזֹבוּ", לאזט דאס נישט אפ, "עֵץ חַיִּים הִיא" (שם ג, יח), דאס איז א בוים פון לעבן; ווער עס לערנט תורה האט לעבן, עס פעלט אים נישט בזה ובבא."


דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער: "איך וויל זייער שטארק זאלסט מאכן א גאול פון לערנען לכל הפחות איין בלאט גמרא יעדן טאג; אן קיין מעשיות, אן קיין תירוצים."
 
עס איז אוודאי צום האפן אז אנשי שלומינו וועלן זיך צוכאפן און אנשליסן אינעם פרישן קאמפיין, און זיכער מאכן אנצוקומען צו זייער "גאול", און פולקאם אנפילן זייער "פעידזש" יעדן אייציגן טאג.
 
כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי אל תעזובו