אנשי חיל קאמפיין וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אין די צווייטע העלפט זומער
ט סיון תשפ"ג 📝
לבקשת פונעם ציבור, האבן די געטרייע עסקנים וואס פירן אן דעם יערליכן קאמפיין פאר די מוסדות באשלאסן אפצורוקן דעם קאמפיין אויף חודש אב הבעל"ט די וואך נאך שבת נחמו וואס דאן טענה'ן פילע איז זיי אסאך גרינגער אין די רואיג זומער וואכן אויפצוטרייבן די סכומים און אנצוקומען צום ציל.
אין די פארגאנגענע יארן האבן זיך אנשי שלומינו גאר ווארעם צוגעשטעלט, לעצטע יאר זענען געווען איבער 600 טיעמס אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט. היי יאר האפט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען נאך מער און שטערקער מצליח זיין. מען זעט די שטארקע ווארימקייט פון אנשי שלומינו און ווי עס ברענט זיי ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, ווען זיי בעטן זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם, און ארבעטן שווער יעדער איינער כפי יכלתו אנצוקומען צום ציל וואס ער האט גענומען אויף זיך.
מיט דעם געלט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר פילע געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, קימפעטארן היים, אומאן, בויען די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער.
אין די זעלבע צייט געדענקט מען אז דער עיקר דגוש לייגן מיר אויף חינוך און אויף אמונה, מען זאל אויפציען קינדער וואס ווייסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא, און זיי אויפבויען זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, קינדער וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן.